אלעס איבער געפילטע פיש והמסתעף

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16646
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19325 מאל

אלעס איבער געפילטע פיש והמסתעף

שליחה דורך שמעקעדיג »

אסאך האבן ליב געפילטע פיש מיט א צושפייז אין דער זייט, אממערסטנס באקאנט איז חריין, ווי בעלי מליצים האבן שוין ממליץ געווען אז אפילו די געפילטע פיש איז אומגעלונגען, די סארקאזם אומגעצייטיגט, אבער מיט אביסעלע חריין איז "על כל פשעים תכסה אהבה", דהיינו די מסתעף איז נאך מער באליבט ווי די עצם געפילטע.

איך אליינס האב ליב געפילטע פיש כמו שהוא, סיי די עכטע און סיי די ניק, אנע חריין. בכלל עס איך ווייניג דיפס, און מיש נישט קיין מסתעף זאכן אין ערגעץ. ווען איך עס א טונא סענדוויטש, עס איך טאקע אט דאס: טונא! נישט חומוס מיט צוויבל פעטרישקע טאמעיטע לעטוס פיקל קיוקומבערס והמסתעף, כאטש דער סערווירער לייגט דאס אריין פאר בחנם/ביצי כנים. וויייל דאס איז א "ערוב" סענדוויטש, וואס איז גורם א דבר שחין אין מאגן, און מאכט דערנאך קולות פון ארבה, און א גערוך פון טויטע פיש בדם וכו' עשר מכות והסימנים דצ"ך והמסתעף.

ממילא שבת קודש ווען איך נעם די פיש אין האנט (לייען: גאפל), מיש איך נישט קיין עולמות, ס'איז דא פארשידענע מדריגות און מסתעפים, און אנדערע טרינקען צו בראנפן און דער פנים ווערט רויט פון מדריגות. אביסעלע קאטשעניו - דאס יא. דאס מיט געפילטע איז תרי ריעין דלא מתפרשין.

איך רעד שוין פון מידקייט והמסתעף, איך ווייס נישט וואס איך שרייב דא, עס קוקט ענדערש אויס ווי שנארכעצן והמסתעף, חלום חלמתי ואיני יודע מה היא, כ'האב גע'חלומ'ט פון כאצימאטידית והמסתעף. ווער קען מיר פותר חלום זיין?
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר