בלאט 1 פון 1

"קאווע בלעטעל" קאַריקאַטור

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:53 am
דורך גנדי
אזוי ווי איך האב זיך אונטער גענומען צו מאלעווען די קאַריקאַטור - CARTOON - פארן אויסגאבע קאווע בלעטעל, בעט איך מען זאל דא ארויפלייגן געדאנקן פארן קאַריקאַטור.

ותשועה ברוב יועץ.

א דאנק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:17 am
דורך גנדי
געדאנק:

א רבי מיט א סטראקעס בעקעשע ליינט די קאווע בלעטעל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:20 am
דורך לעמיל
מיט קאווע טרינקערס שטריימעל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:23 am
דורך גנדי
געדאנק 2

כהנים ערעפלאן

א בילד ווי די ערעפלאן איז אנגעפילט פון מענטשן זיצען אין זעק. מיט די דוכענען סימבאל אויף די זעק.

COHEN'S AIRLINE

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:30 am
דורך גנדי
געדאנק 3

גוגל-גלעזער

בילד פון מקוה אריינגאג מיט שילד SIGN:

NO GOOGLE GLASSES
ALLOWED IN MIKVEH

(אויך שילד פון "בלויז מענטשן")

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:36 am
דורך גנדי
ביטע דרוקט אויפן לייק קנעפל פון דער געדאנק, כדי צו וועלן וועלכע געדאנק עס געפעלט אייך.

איך וועל ארבעטן אויף די געדאנק מיט די מערסטע לייקס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:52 am
דורך newkave
א בילד פון איינער וואס זיצט אין די ארבעט און ליינט קאווע שטיבל אויפן טעלעפאן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:57 am
דורך גנדי
newkave האט געשריבן:א בילד פון איינער וואס זיצט אין די ארבעט און ליינט קאווע שטיבל אויפן טעלעפאן.


און די בעל הבית רופט אים פאר הילף. ער ענטפערט: איך בין פארנומען העלפן א קאוסטמאר/נאך קוקן אן ארדער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:59 am
דורך גנדי
געדאנק 5

אן אינדיען טשיף INDIAN CHIEF וואס האט א היטל פיל מיט פעדערן ווערט א סופר.

CREDIT @CHOLENTFACE

https://twitter.com/cholentface

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:02 am
דורך גנדי
געדאנק 6

א פרוי שיסט טעלערס אויף די מאן אויפגערעקטערהייט. און די מאן איז פרייליך און שרייט מזל טוב פאר יעדן טעלער וואס צוברעכט זיך.

CREDIT
https://twitter.com/cholentface/status/ ... 5650564096

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:12 am
דורך גנדי
געדאנק 7

אן אמאליגע עלטערע איד א מתמיד ליינט די קאווע בלעטעל שפעט ביינאכט, די פיס אין קאלט וואסער, די לעכט כמעט אויסגעלאשען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 am
דורך גנדי
געדאנק 8

א איד זיצט מיט טלית און תפילין מיט קאווע בלעטעל.

די קעפל: מעביר סדרה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:46 am
דורך לעמיל
גנדי ווערסט בעסער און בעסער