בלאט 1 פון 1

אינטעליגענציע אדער טאלעראנץ, הי מינהו עדיף?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:10 pm
דורך הציץ ונפגע
אין ליכט פון דעם עירמאנט דאקיומענטערי האב איך געהאט א ויכוח מיט אפאר חבירים איבער דעם נושא פון ראציאנאליזם ווערסוס טאלעראנץ. אינעם דאקיומענטערי אשכול האט לעיקוואד צוגעצייכנט צו אן עסיי פון קטלא קניא איבער דעם נושא. קטלא קניא טענה'ט אז פון ליפא און זיין עירמאנט קאמיוניטי וועט נישט קומען אונזער ישועה. אליבא דקטלא, איז עס נישט מער ווי מחליף פרה וחמור, עס בלייבט די זעלבע מיידל מיט א נייע קליידל. ווי איין חבר האט זיך אויסגעדרוקט פאר מיר, "מיר דארפן דען א שול וואו מוטה פראנק קען האלטן דרשות איבער ווי שטארק דער אויבערשטער האט אונז ליב? וואס מיר דארפן איז א שול וואו מארק שפירא קען קומען רעדן איבער די גרעניצן פון ארטאדאקסישער טעאלאגיע." א צווייטער האט שארפער געזאגט: "מיר דארפן מער פרומט גאלדבערגער'ס און ווייניגער סעם אינדיג'ס". די חבירים שפירן אז אויב דארף אונזער געזעלשאפט א שינוי לטובה, איז עס אין ריכטונג פון אינטעלעקטואליזם, ראציאנאליזם, חופש המחשבה והדיבור.

לעומתם, האלט איך אז עס איז נישט אינטעלעקטואליזם וואס אונזער געזעלשאפט דארף, נאר טאלעראנץ. דער עירמאנטער שול איז נישט באזירט אויף פרייהייט פון טראכטן, נאר אויף טאלעראנץ. לעניית דעתי, איז א טריט אין די ריכטונג פון טאלערנאץ, א טריט אין די ריכטיגע ריכטונג. פון אינטעליגענציע וועלן מיר גארנישט האבן, וויבאלד די המון עם איז נישט אינטעליגענט און איז נישט אינטערעסירט צו זיין אזוי. משא"כ טאלעראנץ - אהבת ישראל ווי זיי האבן עס ליב צו רופן - גיבט אויטאמאטיש מער פרייהייט פאר מענטשן צו לעבן זייער אייגענעם לעבן אן דארפן קאנפארמירן צו אנדערע אין דעם געזעלשאפט. איך בין גאר נייגעריג צו הערן דעם דעת הקהל אויף דעם נושא. פארשטייט זיך אז אידן פאר וועם די סיסטעם ארבעט וועט די ענטפער זיין "נאן אף די עבאוו". אבער צווישן די וואס זוכן יא טויש, וואס איז ענדערש? טאלעראנץ אדער אינטעליגענציע?