בלאט 1 פון 3

וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:38 pm
דורך שעפטל
די פראבלעם:
ווי באקאנט איז דער ווארט "דירות קריזיס" אין וויליאמסבורג שוין א טעמע וואס פארנעמט שוין די שמועסן ביים עולם יארן לאנג, אבער ס'איז קיינמאל נישט געקומען קיין געהעריגע לייזונג דערצו.

יארן איז בכלל געווען א ערענסטע דירות קריזיס אז ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות פאר די איבערפלוס פון פאהייריטע פארפעלקער, וויליאמסבורג קריגט מסתמה יערליך צו אריבער 200 משפחות, (קאן אפילו זיין מער). למעשה אפאר יאר צוריק האט דער עולם געפענט זייערע קעלערן און בודעם'ס און דארטן אריינגעשווערצט שנה ראשונה קאפעל'ס און מ'האט פון אנפאנג געבעטן גאנץ פרייזליכע חודש'ליכע רענטן.

מיט די צייט האט זיך וויליאמסבורג געגעבן א חוני המעגל סטרעטש און מ'האט זיך צושפרייט און צוזייט אין אלע עקן פון שטאט, פון די ווייטע סאוטס ביז קרוינהייטס (נע, אבער ביז טיף אריין אין קלינטאן הילל יא). די מצב האט זיך אביסל פארבעסערט, אבער די פרייזן זענען נאר געווען נידריג פאר די ערשטע 100 וואס האבן געהאט די קוראזש זיך אוועקצוציען א מהלך פון 20 מינוט שפאצירן ביז זייערע עלטערן, דערנאך איז ניי וויליאמסבורג -ווי קלינטאן הילל ווערט גערופען- געווארן "די שטאדט" און אלט וויליאמסבורג איז געווארן די "אלדעדזש היים"... היינט זעהט מען ווי אין די גאסן פון וואלאבאוט ביז דיקאלב נאר מוסדות באסעס, אבער פון לינטש ביז דעוויזשאן זעהט מען מער די קליינע באסעלעך וואס פירן די עלטערע מענטשן צו זייערע איבונגען צענטערן... און אזוי האט זיך אויסגעשטעלט אז צוליב די נייערע דירות און מער קינדער מיט וועם דיין קינד קען זיך שפילן אויפן גאס זענען ארויפגעשרויפט געווארן די פרייזן פאר א לעכל אין וויליאמסבורג שוין באלד אזוי טייער ווי א מאנהעטן קאנדאו...

שוין יארן וואס עטליכע אינוועסטערס (וואס על פי רוב האבן זיי אנגעזעצט מיט זייערע פלענער) האבן אדווערטייזט אז די דורכברוך איז אנגעקומען און דער ציבור איז איינגעלאדענט געווארן זיך אוועקצוציען פון אונטער די מאמעס פארטעך און ויסעו, מ'זאל מופן קיין דותן, אנגעהויבן האט זיך עס א שיינע פאר יאר צוריק מיט בעיסוואטער, די גאטסי מענטשן זענען אריינגעשפרינגן און זיך אהינגעצויגן, אבער מיט די צייט האבן אפאר אינוועסטערס אפגעקויפט די שטחים ארום און ארום און פאר די פרייז וואס זיי האבן געוואלט האט זיך שוין נישט געלוינט אהינצומופן. יארן שפעטער איז געווען א סוואן-לעיק מאוומענט, דערנאך מיין איך איז געווען פארשפרייט די הערליכע קאלירפולע בראשורן פון די 'מידעלטאון' איין פאמיליע דירות פאר ניסלעך פרייזן, וואס ס'האט שוין יא אויסגעזעהן ווי ס'וועט עפעס ווערן אבער א מכה! ס'האט געקראכט ווי אלע, דארטן איז נאר געווען א גאנץ גוטע תירוץ... דער עולם קען נישט נעמען קיין מארגעדזשעס.... שוין לאמיר זיי צוליב טוהן און עס אפקויפן... דערנאך וואס האט זיך יא א משהו אויסגעארבייט (אויב דעס הייסט אויסגעארבייט) אפאר משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין לאק-שאלדרעיק.

די דורכברוך:
למעשה, העריך פון אונטער די קוליסן (יאפ! כאמעך דארטן אריינבאקומען) אז סאטמאר-מהרז"ל מיט די הילף פון אפאר עשירים ווי ר' אליעזר קעסטענבוים און נאך, און שפיץ פון ר' הערשל שרייבער, דער בעה"ב פון די באקאנטע בי ענד עידזש פאוטא, פלאנען צו בויען א נייע שטעטל. (ברעט מענינג ברענגט דא אראפ אויך עפעס א שמועה געהערט זאגן אז לעבן מאנסי (סאפערן) עפענט זיך א נייעם סאטמערען שטעטל (זאלי'ס))
זיי פאנגן אן מיט בערך 350-400 דירות, זיי האפן מ'וועט אריינמופן אהין נאך די ימים נוראים/סוכות.

די שטעטל הער איך איז ערגעץ אין ניו דזשערסי, און די מוסדות סאטמאר-82 נעמען פולע רעספאנסעבילעטי איבער בויען מוסדות און קהל'ישע צענטערן.
אזוי אויך איז דא א שמועה אז בי-ענד-עידזש ציט אפילו אהין א ווערהאויז צו וואס צו קענען פלאצירן די מענטשן וואס ווילן אהינמופן און ווילן בכלל נישט פארן יעדן טאג צום ארבייט, אין פאקט איז די געגענט אין ניו דזשערסי (כ'ווייס נישט פונקטליך ווי ס'איז) זייער נאנט צו מאנהעטן, איז אפילו פאר די וואס ווילן ווייטער בלייבן מיט זייערע ארבייטס פלעצער אויך גאנץ נאנט און באקוועם.

די שאלה איז דא, פארוואס זאל זיך עס דא יא איינמאל פאר אלעמען אויסארבייטן?

ס'זעכער דא וואס קלערן, נעה! ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבייטן! מ'קען נישט בויען קיין שטעטל!
די זענען נישט אזוי נישט-גערעכט, די מציאות האט געוויזן מיט זיי. למעשה חוץ קיין קרית יואל (וואס בעצם איז באקוועמער פאר א סאטמאר-מהר"א חסיד אהין צו מופן) ווי ס'איז טאקע דא צענדליגע (כ'ווייס נישט פונקליך וויפיל) משפחות וואס מופן אהין א יאר, אבער דאס איז נישט קיין לייזונג פאר אלע אנדערע קהלות מעמבערס איינוואוינער פון וויליאמסבורג.

אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען, און אלס דעם אויס קען זיין אז חסידי סאטמאר-מהרז"ל וועלן זיין באקוועם זיך אהינצוציען ובפרט ווי איך הער גייט זיין די ערשטע יאר צוויי שכר לימוד'לאזע מוסדות און אזוי אויך וועלן זיין באסעס -אין אנפאנג פאר בחינם צו גאר גאר ביליג- פון דארט צוריק צו די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט... און צו אנדערע היימישע געגענטער.
און די ווייזן אן, אז למעשה האט זיך נאר אויסגעארבייט קרית יואל (נאר סאטמאר [אלע פראקציעס...]) שיכון סקווירא (נאר סקווירא [ס'דא פראקציעס..?]) נייטרא (געווען א ספעציעלע טיפ פון מענטשן) קאשוי (חסידים ומעריצים) אא"וו. אזוי דא וועלן זיין על פי רוב חסידי ומעריצי פון סאטמאר-מהרז"ל

ונזכה ונראה מה יהי' עם ......

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:44 pm
דורך לעמיל
וועט עס זיין נאך א סאטמערע שטאט? אדער א אינגערמאן וואס האט נישט באקומען די סאטמערע חינוך זיך אויך טרעפען דאס פלאץ דארט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:48 pm
דורך שעפטל
כ'קען דיר דעס נישט ענטפערן, אבער ווי איך פארשטיי אויב סאטמאר בויעט עס און זיי וועלן דאס אויסהאלטן וועט עס זיין סאטמאר געשטימט און מיט די קרית יואל'ע ארגינעלע תקנות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:53 pm
דורך בעל הבית
ווי נאר א איד פארט ארום די וועלט למשל בארא פארק ווי דאווענט מען ? סאטמער 53

אין ווילאמסבורג? ראדני,מורטיל ,לאנדאן סאטמאר 86 ,ירושלים עזרת תורה, וועלן זיי זיכער עפנען די טירן פאר כלל ישראל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:57 pm
דורך זר זהב
וואס איז דען די פארגלייך פון קר"י צו א שטעטל נישט ווייט פון מאנהעטען? קר"י האט די חסרון פון זיין צו ווייט פונעם סיטי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:12 pm
דורך ברסלבער
לויט ווי שעפטל לייגט עס אראפ האט עס זיכער מער אויסזוכטן ווי די ביז יעצטיגע דמיונות, עס וועט האבן נארמאלע מוסדות, נענטער צו די שטאט, B&H, עס האט בעק-אפ, און נאכדערצו אויב מען וועט געבן די צוקערלעך פון אומזינסט שכר לימוד און טראנספארטעשאן.
און אפילו אויב נאר סאטמאר וועט זיך שפירן באקוועם דארט און נאר זיי וועלן אהין מופן, וועט דאך אבער די שטאט אוטאמאטיש ווערן ליידיגער, און עס וועט זיין מער ליידיגע דירות עוועליבעל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:17 pm
דורך שעפטל
ברסלבר זאגט עפעס, אבער די עוועלעבילעטי וועט אנהאלטן גאר קורץ, ס'מער זיך די חתונות מער און מער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:00 pm
דורך גנדי
מיין מיינונג איז אז א נייע אידישע שטעטל וועט זיך לכאורה קיינמאל נישט אויסארבעטן, איך גיי נישט אריינגיין אין אן אריכות, אבער א קליינע דוגמא, קוקטס ווי שווער עס איז געווען צו צוזאם נעמן כלל ישראל אין סיטי פיעלד נאר פאר איין נאכט.

די פשוט'סטע עצה איז זיך צוזאם נעמן אסאך יונגעלייט און קויפן צוזאמען הייזער און א באוואקסענע מעטרא סיטי אדער אין די סובערבס פון א גרויסע באוואקסענע שטאט. בויען אליין מוסדות אזוי ווי בית יעקב וואס וועט געפירט ווערן דורך וואלן לויט רוב ווילן פון די עלטערן.
בויען איין שול וואס וועט אויפנעמן א רב מיט וואלן און א געהאלט אזוי ווי אינדערהיים (פאר א געהאלט וועלן אסאך מסכים זיין צו מופן, ער וועט קענען שרייבן והגלילות אויף זיין לעטער העד)

איין זאך דארפן די יונגעלייט אויסרייסן פון זיך, די ברעינוואשינג פון אלע יארן, אז אויב דאווען איך מיט אן אנדערע סארט ארטאדאקסישע איד, אדער מיינע קינדער וועלן לערנען אדער שפילן מיט קינדער וואס די מאמע קויפט נישט זייער קליידער ביי וויזנער דריי גודס - וועלן מיינע קינער אפלאזן אידישקייט.

איינמאל א סאטמערע פארשטייט אז זיין זוהן מעג לערנען מיט א וויזניצע, און א קלויזענבורגע פארשטייט אז זיין זוהן מעג לערנען מיט א סאטמערע - דאן וועט מען צוביסלעך אנהייבן וואוינען איבער גאנץ אמעריקא, אזוי ווי אינדערהיים איבער גאנץ יוראפ.

אינדערהיים האט א תלמיד פון סאטמאר נישט אפגעזאגט א שידוך פון ערלוי ווייל עס האט נישט קיין סאטמארע מוסדות אדער שול. דאס איז א נייע מהלך TO KEEP EVERY ONE LOCKED IN - אזוי ווי די סעלפון קאמפאניס פלעגן נישט לאזן טרענספערן דיין נומבער (ווער געדענק נאך?)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:07 pm
דורך גנדי
לאמיר זיך לערנען פון די עירמונט חברה ווי אזוי צו אויפבויען א נייעם יישוב

OUR OWN SHTETL

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:14 pm
דורך שעפטל
איך וויל נישט פארקריכן פונעם ארגענעלע נושא, אבער מיט דעם
גנדי האט געשריבן:בויען איין שול וואס וועט אויפנעמן א רב מיט וואלן און א געהאלט אזוי ווי אינדערהיים (פאר א געהאלט וועלן אסאך מסכים זיין צו מופן, ער וועט קענען שרייבן והגלילות אויף זיין לעטער העד)

מאכט מיר אביסל שטערקער צו טראכטן אז
שעפטל האט געשריבן:אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען,

טאקע דעס איז די גרעסטע פראבלעם פארוואס מענטשן מופן נישט. איינס טראכט נאר אז 51 פון 100 מענטשן שטימען פאר א רב איז יענער רב אבער ביי 49 מענטשן איז ער בכלל נישט דער פאסיגער קאנדידאט. ווער רעדט נאך לאחר מאה ועשרים ווען דער בן הבכור (צו אנדערע זין זעצט זיך ארויף אויפן כסא מלוכה קעגן די ווילן פון רוב איינוואוינער.
ס'איז ממש נישט קיין מציאות אז יעדער זאל זיין אייביג צופרידן - זעה וואס ס'טוהט זיך אפ ביי די אינערליכע חסידות שטעל דיך שוין פאר א שטאטס רב.
אין פאקט א שטאטס רב בזמנינו האט נישט קיין כח מרא דאתרא. חוץ א טיטל איז עס על פי רוב גארנישט.

טאקע פארדעם טראכט איך ווידער אז
שעפטל האט געשריבן:אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען,

וועם ס'געפעלט נישט זאל נישט אהינמופען (איי וואס וועט זיין אין 20 יאר ארום דארטן ווען די ווינטן טוישן זיך? זאל שוין משיח אוודאי קומען בעפאר אדער וועט זיך עפענען א פרישע שטעטל...)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:25 pm
דורך גנדי
כדי א מענטש זאל קענען מופן צו אן אנדערע נייע געגנט דארף מען קענען זיין שטארק אינדיפענדענט INDEPENDENT

כדי צו קענען זיין אינדיפענדענט, דארף מען 3 זאכן, וואס די אלע 3 האט מען ביי אונז גע'אסרט אדער דערשטיקט - טאקע כדי מיר זאלן נישט זיין אינדיפענדענט...

1. שפראך און א פאך - וועגן דעם קען מען זיין נאר אן היימישען עלעקטרישאן פאר היימישע אדער ארבעטן ביי B&H (ודברי שעפטיל יוכיח: א שמועה אז בי-ענד-עידזש ציט אפילו אהין א ווערהאויז, מען זעהט דאס אלס די מעין בעק אופ)

2. קאמויניקעשאן COMMUNICATION - נוצען אינטערנעט SKYPE - אימעל אד"ג צו האלטן קשר ווייט אוועק פון משפחה און פריינט.

3. MOBILTY - דרייווען - פרויען טארן נישט. דארף מען א גראסערי ביי יעדע קארנער און ביליגע באסעס. לאז זיי דרייווען און שוין.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:38 pm
דורך town1
איך הער אז אין לאק שעלדריק וואוינען היינט צוטאגס א שיינע מנין אינגעלייט פון פארשידענע חסידותין, אין זיי האבן א אייגענע (אומפארטייאישע) תלמוד תורה אין א אייגענע סקול פאר זייערע מיידלעך, וואס זיי האבן נישט געטראכט וואס עס גייט זיין מיט א ארבעט, זיי וואוינען א 2 שעה אוועק פין די שטאט, אין ווי נאר זיי האבן געהערט אז עס גייט זיך עפענן א נייע ישוב האבן זיי געפאקט פעק אין אהינגעמופט, זיי זענען ברוך השם זייער צופרידן, עס איז דא דארט אינגעלייט ווואס ארבעטן אין די דערנעביגע וויזשניצע שטעטל, אין זיי האבן א יעדע וואך געסט וואס קומען אהין,אין איך הער אז די פארגאנגענע שבת הגדול איז געווען דארט א געפאקטע עולם,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:41 pm
דורך לעמיל
די אלע וואס האבען אהין געמופט איז עס וועגען סעקשאן 8

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:13 pm
דורך ברוין
דירות קריזיס איז עלטער פון אלט. עס דרייט זיך אזא מיטאס אז די דיוועלעפרס האבן אן אפמאך צווישן זיך נישט צו בויען צו סך אויפאמאל אזוי אז די דימענד זאל זיך נישט הייבן. מאנכע האבן אפילו געזאגט אז דאס האט שוין גורם געווען די שטעכעריי פאר ווער עס איז באקאנט.

די נייע שטעטל זע איך יא אז עס זאל זיך אויסארבעטן אויב פאנגט זיך עס אן מיט א חסידות וואס דעמאלטס לייגן זיי די גרונד און פון דארט קען שוין זיין ופרצת אבער דאס איז נאר אויב די ערשטע פאר מענטשען זענען גרייט פאר די סטראגל. אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:45 pm
דורך געפילטע פיש
איך וויל פארשטיין פארוואס ס'רוקן זיך נישט אריבער מער מענטשן קיין סטעטן איילאנד, ס'איז זייער נאנט קיין בארא פארק, הייזער קאסטן א דריטל ווי אין ב.פ., כשרות, מקוה, שולן איז דא דארט, און טאמער ווילסטו דוקא שיקן די קינדער צו חסידישע מוסדות קענסטו זיי אריינברענגן קיין ב.פ. אויב ארבעט מען אין מאנהעטן איז עס אפשר גאר שנעלער ווי פון ב.פ., און ס'שוין דא א אידישע קהילה דארט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:03 pm
דורך MickyMouse
איך ווייס נישט אויב עס איז שוין ערגעץ ערוועינט אבער איך האב דזשאסט געזען א ביישרייבונג וועגן א ׳קרית הרחבת הדעת׳ איך קען עס נישט ארויף לייגן דא ווייל איך בין אויף מיין פאון.
האט איינער געהערט מער?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:09 pm
דורך town1
דא האט איר

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:11 pm
דורך town1
נאך

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:12 pm
דורך town1
נאך

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:15 pm
דורך town1
נאך

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:43 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך ווייס נישט צו עס איז ריכטיגע בילד פון די פאקטישע פלאץ. אבער די הויז אויפן בילד האט פרישע ווינדאו-שעידס, די סארט וואס מען לייגט נאך קאנסטראקשען....

קען זיין אז דא רעדט מען פון פרישע קאנסטראקשען? אדער די ארט איז קענטליך פאר א קאווע טרינקער?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:55 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק ראביי טאון, אבער די בלדער זענען צו קליין פאר מיר לייענען. איז שייך עס צו האבן גרעסער?
און פון וועלכע געגענט רעדט מען דא?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:57 pm
דורך לעמיל
קוקט נישט אויס צו זיין אמת, צו א ביליגע פרייז אן קיין נעמען אן א נאמען פון א פלאץ סאונד פישי