בלאט 1 פון 2
איז היטלער געווען א מאמין?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:07 pm
דורך בן תמליון
באזוכנדיק א שטאטישן לייברערי איז מיין אויג געפאלן אויף אן ענגלישן איבערזעצונג פונעם "מיין קאמף" נישט קענענדיק זיך איינהאלטן האב איך דורכגעבלעטערט און מיין אויג האט געלאנדעט אויף דיזן זאץ:
אלזא היינט גלייב איך אז איך פיר מיר לויטן ווילן פונעם מעכטיקן באשעפער, דורך זיך באשיצן אנטקעגן דעם יודע קעמף איך דעם קאמף פונעם בורא.
איז האט היטלער (ימ"ש) אויך געטוהן דעם רצון השם? עס איז מיר א גרויסער חידוש איך האב אלץ געוואוסט היטלער איז געווען א אטעאיסט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:13 pm
דורך שמעקעדיג
עהעם.... דעם רצון ה' האט ער טאקע געטון, עס איז דאך זיכער געווען א גזירה מן השמים... און ער איז נאר געווען דער שליח.
די שאלה איז צי אנדערע ציוויים (שבע מצוות בני נח? כ'ווייס נישט וואס) האט ער אויך מקיים געווען צו טון דעם רצון ה', אדער נאר דארט ווי ס'איז אויסגעקומען גוט פאר זיין קראנקן בלוט-דורשטיגן קאפ?
כ'מיין, די אראבישע רוצחים טוען אויך נאר דעם רצון ה'. אללא אכהבאר!!
דאס איז א גוטע קאווער-אפ. יעדער רוצח קען זאגן ער טוט דעם רצון ה'. אדער אז ער הערט קולות וועלכע הייסן אים הרג'ענען...
אבי געשאסן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:16 pm
דורך בן תמליון
איך מיין נאר די פאקטישע שאלה צו היטלער האט פארקויפט גלויביקייטן. איך האב אלץ געוואוסט און געהערט אומצאליקע מאל אז היטלער סטאלין זענען געווען כופרים דא זע איך אנדערש.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:24 pm
דורך קאווע טרינקער
די סטייל פון זיין א כופר ב"בורא" איז היפש יונג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:34 pm
דורך בן תמליון
אגב היטלער איז שטארק קעגן פראסטיטוציע און זאגט מען דארף חתונה האבן פרי. אט איז א זאץ:
אונזער גאנצער פאבליק לעבן היינט איז ווי א באדעהויז פאר [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איידיעס און סטימיולאציע. איר וועט שווער קענען לייקענען אז דאס איז נישט די ריכטיקע נערונג, ספעציעל פאר די יונגד. אין געשעפט פענסטער און בילבארדס די שמוציקסטע טאקטיקן זענען גענוצט צו אטראקטן די.. דאס טוט שעדיקן די יוגנד.
מיין לעקציע דא איז אז דער מוח פון א מענטש קען זיין ערנסט צושאקלט ספעציעל ווען עס ווירבלט זיך דארט קנאישע און אומקאנווענציאלע רודערייען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:34 pm
דורך לעיקוואד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:38 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:די סטייל פון זיין א כופר ב"בורא" איז היפש יונג.
נישט ריכטיג.די מיטאס אז היטלער איז געווען אן אטעאיסט איז אן אלטע. פאר א גוטע סך הכל פון היטלער'ס רעליעגעזע אנשויאונגען, זע
וויקיפעדיע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:04 pm
דורך טאמבל סאס
בן תמליון'ס תגובה שטימט גאנץ פיין נעמענדיק אין באטראכט אז היטלער וויפיל מען ווייסט האט געהאט זעקס רילעישן שיפ'ס פון וועלכע צוויי זענען באגאנגען זעלבסטארד און צוויי האבן געוואלט באגיין. און די לעצטע איווא בראון האט ער זייער שיין באהאנדלט די לעצטע טעג פון זיין לעבן צוריקצוועגס.
ער האט געסאקט! עט ריליעשן שיפס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:27 pm
דורך איחוד פעלד
עפעס האב איך ערגעץ געזעהן אז ער האט געהאט א אידישע פרוי וואס ער האט זיך מיט איר פארליבט.
וואס היטלער איז זיכער געוועהן איז א שטארקע נאציאנליסט, פאר די וואס ווייסען נישט, איינער וואס די מדינה איז שטערקער פין אלעם.
ממילא האט ער געהאלטען אז אלס דארף דינען די אינטערעסען פין די מדינה, מען טאר נישט האבען קיין שייכות מיט פרויען נאר לשם הולדה, כדי צו צוגעבען קינדער פאר די מדינה, און בכלל זענען קינדער די נכס פין די מדינה.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:25 am
דורך דעתי הענייה
די פשוטסטע ענטפער דערויף איז, אז דאס אז היטלער איז געווען אן אטעיסט, איז א קריסטליכער, און אין טייל א אידישער חידוש, צו אויפווייזען אז אטעיסטן זענען שלעכט, עס האט נישט מיט אמת קיין שייכות.
און אין פאקט, איז אין היסטאריע פארגעקומען סאך מער פארברעכענס אין נאמען פון רעליגיע ווי עני אנדערע סיבות צוזאמען.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:43 am
דורך לעיקוואד
דאס איז זיכער אז היטלער איז געווען טויזענט פראצענט זיכער אז דאס וואס ער טוט דאס איז אינגאנצן ריכטיג און אז ער איז גערעכט. אמאל האט ער עס געזאגט אויף אזא נוסח אז דאס איז רצון ההשגחה און אמאל אויף אן אנדערער נוסח, און מקען זיך דינגען וועלכער נוסח ער האט גענומען מער ערנסט, עס איז אבער נישט קיין גרויסער נפקא מינה. רצון השם הייסט דאך דער מערסטער ריכטיגסטער און אמתדיגער זאך וואס א מענטש דארף טוהן, און היטלער האט געגלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס ער טוט דאס דארף מען טוהן.
היוצא לנו מזה איז נאר אז מזאל דאס האלטען אין אכט יעדער מאל וואס מאיז אזוי פארזיכערט אין עפעס אז אזוי דארף מען טוהן און בשם זה איז ער גרייט אויך צו שעכטען מענטשען.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:22 pm
דורך שרגא
צי היטלער איז געווען פערזענליך א גלויביגער צי נישט קען מען זיך דינגען, אבער וואס איז קלאר איז אז צו זיין געדאנק פון אויסראטן די אלע וואס זענען נישט ראוי צו לעבן און "מאכן א ריינע ראסע" האט ער געטון אין דעם דארוויניסטישן גייסט. ער איז נישט געווען דער ערשטער, נאר אנדערע סייענטיסטן וועלכע זענען געווען פארנומען מיט דעם געדאנק און האבן געוואלט סטערילייזן די אלע וואס זיי האבן געהאלטן זענען נישט ראוי צו ציען ווייטער די דורות און זיי האבן געהאפט דערמיט צו אויסראטן די שלעכטע און לאזן די גוטע, און דערמיט מאכן א בעסערן עתיד. נאר היטלער האט עס די ערשטע גענומען צו אן עקסטרעם, און דעמאלט האט די וועלט געזען וואו דאס קען פירן. עכ"פ, אויב עפעס איז עס געקומען צוליב דער געדאנק פון וועלן נעמען די וועלט אין די אייגענע הענט אריין.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 1:55 pm
דורך עוד מישהו
עס איז שווער צו זאגן צו היטלער איז געווען א גלייביגער, פון איין זייט וואו מ'האט דא דערמאנט, האט ער געהאלטן אז ער איז א שליח פון די השגחה העליונה, פון די אנדערע זייט שוין געלאזט אידן אין די זייט, האט ער זיך אסאך ארומגעשלאגן מיט די קירכע און רעליגיעזע אנפירער פון דייטשלאנד.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:34 pm
דורך מאטי
לעיקוואד האט געשריבן:דאס איז זיכער אז היטלער איז געווען טויזענט פראצענט זיכער אז דאס וואס ער טוט דאס איז אינגאנצן ריכטיג און אז ער איז גערעכט. אמאל האט ער עס געזאגט אויף אזא נוסח אז דאס איז רצון ההשגחה און אמאל אויף אן אנדערער נוסח, און מקען זיך דינגען וועלכער נוסח ער האט גענומען מער ערנסט, עס איז אבער נישט קיין גרויסער נפקא מינה. רצון השם הייסט דאך דער מערסטער ריכטיגסטער און אמתדיגער זאך וואס א מענטש דארף טוהן, און היטלער האט געגלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס ער טוט דאס דארף מען טוהן.
היוצא לנו מזה איז נאר אז מזאל דאס האלטען אין אכט יעדער מאל וואס מאיז אזוי פארזיכערט אין עפעס אז אזוי דארף מען טוהן און בשם זה איז ער גרייט אויך צו שעכטען מענטשען.
ס׳איז שוין געווען א שמועס דא אין שטיבל צו היטלער איז געווען א מאראלישער פערזאן צו נישט לויט זיין פרוספעקציע. לויט ווי דו זאגסט ביסטו מאמת די שיטות הסוברים אז יא. וויבאלד ער׳ט זיך געהאלטן צו זיינע פרינציפן וואס איז לויט אים געווען אויסגעהאלטן און וויכטיג.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:39 pm
דורך לעיקוואד
ער האט געהאלטען אז ער איז גערעכט, נישט מאראליש. ער איז בכלל געווען קעגן אזא מושג פון מאראל און האט באשלודיגט די יידען אז זיי האבען עס אויסגעטראכט. ער האט געהאלטן זיין אמת העכער און חשובער פון יעדער מאראל.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:50 pm
דורך מאטי
אזוי דעפינירט זיך מאראל נאך גיין די גוטע פרינציפן
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 7:33 am
דורך בדחן
אן אריינגיין און די נושא האשכול וויל איך זיך באציען צום קעפיל פינעם אשכול,
א מענטש וואס איז בסך הכל נישט מער ווי א דור שלישי פון די זיידעס וועם היטלער ימ״ש האט געפייניגעט און אויסגעשחטן, שרייבט געווענליך ימ״ש נאך די נאמען, און זיכער אזוי ווען מען עפענט א אשכול וואס דעבאטירט זיין געוויסען שרייבט מען צו קללה און די זייט אז מען זאל אנזען אז מען רעדט פון א שד בצורת אדם און האט מן הסתם בכלל נישט געהאט קיין קלארע געוויסען.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 8:10 am
דורך איך אויך
בן תמליון האט געשריבן:אגב היטלער איז שטארק קעגן פראסטיטוציע און זאגט מען דארף חתונה האבן פרי. אט איז א זאץ:
אונזער גאנצער פאבליק לעבן היינט איז ווי א באדעהויז פאר [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איידיעס און סטימיולאציע. איר וועט שווער קענען לייקענען אז דאס איז נישט די ריכטיקע נערונג, ספעציעל פאר די יונגד. אין געשעפט פענסטער און בילבארדס די שמוציקסטע טאקטיקן זענען גענוצט צו אטראקטן די.. דאס טוט שעדיקן די יוגנד.
מיין לעקציע דא איז אז דער מוח פון א מענטש קען זיין ערנסט צושאקלט ספעציעל ווען עס ווירבלט זיך דארט קנאישע און אומקאנווענציאלע רודערייען.
רעד דיך איין, דער ימ"שניק האט גוט אוסגענוצט די יוגענטליכע תאוות פאר זיינע נידריגע צוועקען, ביי די גרויסע רעדעס פאר די היטלער-יוגענט זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער און הונדערטער טויזענטער יונגען און מוידן, נאך זיין שונד דרשה האט יעדער גענומען דאס נענסטע מיידל און געטוהן דאס וואס מען קען נאר שרייבן מאחורי.
אגב, סתם א עצה טובה זוך דיך בעסערס וואס צו ליינען.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:29 am
דורך newkave
איך אויך, פון וואו נעמסטו דאס?
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:16 am
דורך איך אויך
פון ביכער וואס צושויער וואס האבן באזוכט יענע יארען מינכן וכו. האבען געשריבן. זעה למשל
דא בלאט נומ. 66-67.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:45 am
דורך לעמאן דזשוס
שרגא האט געשריבן:צי היטלער איז געווען פערזענליך א גלויביגער צי נישט קען מען זיך דינגען, אבער וואס איז קלאר איז אז צו זיין געדאנק פון אויסראטן די אלע וואס זענען נישט ראוי צו לעבן און "מאכן א ריינע ראסע" האט ער געטון אין דעם דארוויניסטישן גייסט. ער איז נישט געווען דער ערשטער, נאר אנדערע סייענטיסטן וועלכע זענען געווען פארנומען מיט דעם געדאנק און האבן געוואלט סטערילייזן די אלע וואס זיי האבן געהאלטן זענען נישט ראוי צו ציען ווייטער די דורות און זיי האבן געהאפט דערמיט צו אויסראטן די שלעכטע און לאזן די גוטע, און דערמיט מאכן א בעסערן עתיד. נאר היטלער האט עס די ערשטע גענומען צו אן עקסטרעם, און דעמאלט האט די וועלט געזען וואו דאס קען פירן. עכ"פ, אויב עפעס איז עס געקומען צוליב דער געדאנק פון וועלן נעמען די וועלט אין די אייגענע הענט אריין.
איך וואלט אויבן אויף (אן נאכקוקן אין וויקי) זיך געדינגען מיט דיין באהויפטונג.
אויס׳הרג׳ענען א געוויסע ראסע פון וועלט און דאדורך פארזיכערן א בעסערע וועלט פאר די פארבליבענע האט דאך עפעס שרשים אין רעליגיע ווי ׳לא תחי׳ כל נשמה׳ פארלאנגט אז קינדער און ווייבער פון זיבן געוויסע פעלקער וואס זייער זאלץ מעסטל (נתמלאה סאתם-גירסא דינקותא) איז איבערגעפילט געווארן פון עלטער זיידעס חטאים...דארפן גע'הרג'עט ווערן.
פארשטייט זיך אז יש לחלק הרבה מאד. אבער די געדאנק כאטש.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:54 am
דורך בן תמליון
איך אויך האט געשריבן:פון ביכער וואס צושויער וואס האבן באזוכט יענע יארען מינכן וכו. האבען געשריבן. זעה למשל
דא בלאט נומ. 66-67.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס איר זעט דארט ער קוואטירט פון עפעס א נאוועלע. היטלער'ס מאסן ראליס קענט איר טרעפן אויף יוטוב איר זעט נישט קיין ארגיס נאכן רעדע.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:58 am
דורך לעמאן דזשוס
ווייטער אן קוקן אין וויקי עט לארדזש.
איז דאך גאר באקאנט אז די מענטשן וואס פארמאגן א איבערפלוס פון 'טעסטאסטערוין' האבן געווענליך נישט קיינע 'ממשל' פראבלעמען, פארקערט גאר. ווי באקאנט פלעג 'ווינסטאן טשורטשיל' טענה'ן אז איינער וואס איז נישט פאראינטערעסירט אין פאליטיק, ליגט אין זנות!