בלאט 1 פון 8
האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:54 am
דורך זר זהב
אז דער בעסט סעללינג קאר אין דער וועלט איז... ניין, נישט דער האנדא אקארד. און ניין, נישט דער טאיאטא קעמרי. נאר וואס יא? דער פארד פאקוס! פארד האט פארקויפט א 1,020,410 פון זייערע פאקוס מאדעל אינעם יאר 2012.
טאיטע קאראללע איז דער 2'ט טאפ סעללער אין די וועלט.
דא איז די ליסט ווייטער. און
פארוואס ס'אזוי פאפולער.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 8:22 am
דורך ברעט מענינג
ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 10:02 am
דורך ברוין
קעראלע האט זיך פארקויפט דאס מערסטע וועגן די ווייניג געז וואס דאס ניצט לכאורה
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 1:50 pm
דורך זר זהב
ברעט מענינג האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!
אויב דער ני פאוסט פארקויפט מער פונעם טיימס מיינט עס אז די פאוסט איז בעסער?
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:12 pm
דורך שמעקעדיג
ברעט מענינג האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!
ברוין האט געשריבן:קעראלע האט זיך פארקויפט דאס מערסטע וועגן די ווייניג געז וואס דאס ניצט לכאורה
די שאלה איז וואס מיינט בעסער. דאס איז "רעלאטיוו" לויטן קאסטומער. איינער וויל ענדערש קליין, איינער גרויס. איינער א סמאאד רייד, איינער ספארטי.
אין עוורידזש איז דער טאיאטע קעמרי גאר א גוטער קאר, אבער האט שוין פארלוירן דעם גלאנץ נאכדעם וואס די קאמפעטישאנס האבן זיך גענומען צו אירע ביינער, און היינט צו טאגס איז די קעמרי נישט בעסער ווי די אקארד, פארד פיוזשען, אדער ניסאן אלטימא וכדומה.
דער פארד פאקוס דרייווט דאס בעסטע פון צווישן אלע קליינע קארעלעך (טאיאטע קאראלע, האנדא סיוויק, ניסאן סענטרא, שעווי קראז, און דאדזש דארט). עס פילט געוואלדיג אין האנט, עס קלעבט צום ראוד, און איז מורא'דיג רעספאנסיוו צו דרייווער אינפאטס, און בנוסף פארנוצט ער ווייניג גאז צוליב די קליינע סייז (הגם נישט ווייניגער ווי אנדערע), און פארגעס נישט אז אין יוראפ/מיטל מזרח און אזוי אויך אין טשיינע זוכט מען בכלל קליינע קארעלעך, נישט גרעסערע, ממילא איז פארשטענדליך ווי אזוי פארד האט מצליח געווען צו פארקויפן אזויפיל.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 8:25 pm
דורך זר זהב
אז איינער וואס פארקויפט טשיז ווערט אנגערופן אין די ענגלישע שפראך א 'טשיז-מאנגער'?...
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 10:21 pm
דורך מאן דאמר
איינע פון די גרעסטע אטראקציעס פונעם קאראלע, איז איר היסטאריע פון רעלאטיווע קליינע קאסטן וואס עס קאסט איר אויפצוהאלטן, און איר ׳רילייעביליטי׳ ,דאס מיינט, אז אפילו אויב עס האט נישט די פיטשיווקעס וואס אנדערע אויטאס אין איר קלאס האבן, ווי למשל די jetta, לוינט זיך פאר א מענטש דאס צו קויפן, ווייל עס וועט אים יעדן אינדערפרי נעמען צו די ארבייט אנע קונצן, און עס וועט אנציען פון 2 ביז 3 הונדערט טויזענט מייל
אויב איז עס אויפגעהאלטן ווי רעקאמאנדירט.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:02 am
דורך ונבנתה העיר
יואליש האט
דא מגלה געווען די מקור פונעם טעטריס ניגון, לעצטענס האביך צו מיין גרויס שאק זיך דערוואוסט אז מיין לאנג-יעריגע פארהאסטע באס-ריקווערטס-פארן ניגון איז גאר פונעם גרויסן ביעטהאובען.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=k_UOuSklNL4[/youtube]
-------
און אז מען רעדט שוין, פון וואו קען איך די תנועה פון 1:48 ?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=okQRnHvw3is[/youtube]
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:30 am
דורך ונבנתה העיר
די סימבאל פון מוסד פלעגט האבן אויף זיך די פסוק [משלי כ"ד] בתחבולות תעשה לך מלחמה, היינט האט עס די פסוק [משלי י"א] באין תחבולות יפל עם ותשועה ברוב יועץ.
הא? יו קענט סעי אז די ציונים האבן נישט א גוטן טעיסט...

- imgres.jpg (10.57 KiB) געזען געווארן 6842 מאל

- images.jpg (13.07 KiB) געזען געווארן 6842 מאל
למעשה כאפ איך זיך יעצט אז עס האט א ערנסטן טעות, אין פסוק שטייט 'יפל' מיט א פ' קמוצה.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:00 am
דורך איך אויך
די ערשטע האלב האב איך געוואוסט, די צווייטע נישט.
הערה צו ונבנתה העיר
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:43 pm
דורך berlbalaguleh
איבער דיין הערה אז דער נייער סלאגאן פון "מוסד" איז גרייזיג ווייל אין פסוק (אין משלי) שטייט "יפל" מיט א "פא " קמוצה און ביי זיי איז עס מיט א"חולם" איז נישט קיין ראי'. ווייל אין "מאדערן היברו" האבן זיי א סאך ווערטער משנה געווען פון וואס ס'איז געשריבן אריגינאל. לדוגמא דאס ווארט "חדשים"--פלוראל פון חודש. שרייבט זיך אין עברית "חודשים".
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:38 pm
דורך היימישער ליטוואק
דאס טוט מען כדי עס זאל נישט דארפן קיין גניזה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:12 am
דורך לעיקוואד
(זיי מיינען מרמז זיין אז וואס איז אמאל געווען 'בתחבולות תעשה מלחמה' איז נתהפך געווארען צו 'באין תחבולות יפל עם'?)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:15 pm
דורך berlbalaguleh
ברעט מענינג האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!
כ'ווייס נישט צו ער איז בעסער. אבער ער פארנוצט ווייניגער געז.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:21 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:איבער דיין הערה אז דער נייער סלאגאן פון "מוסד" איז גרייזיג ווייל אין פסוק (אין משלי) שטייט "יפל" מיט א "פא " קמוצה און ביי זיי איז עס מיט א"חולם" איז נישט קיין ראי'. ווייל אין "מאדערן היברו" האבן זיי א סאך ווערטער משנה געווען פון וואס ס'איז געשריבן אריגינאל. לדוגמא דאס ווארט "חדשים"--פלוראל פון חודש. שרייבט זיך אין עברית "חודשים".
אבער למעשה קענמען חקר'נען נאך טיפער אז ס'איז טאקע גרייזיג. ווייל "יפל" מיט א קמץ איז צוליב א סיבה. (באין תחבולות). און "יפול" מיט א וואו איז א נבואה.
זײער בקיצור
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:47 am
דורך petergrifin

- IMG-20130826-WA0000.jpg (82.33 KiB) געזען געווארן 6451 מאל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:01 pm
דורך ונבנתה העיר
א קאלטע וועטער ברענגט נישט א cold?
דאס איז א מיטאס וואס לאזט זיך עפעס נישט אויסרייסן, אבער די פאקט איז אז ארויסגיין אהן א מאנטל, אפי' נאסערהייט, וועט אייך נישט מאכן פארקיהלט, די קאלד - פונקט ווי די פלו - איז א וויירוס, און מען דארף ווערן אנגעשטעקט פון איהר כדי צו ווערן פארקיהלט, אז נישט וועט אייך כל שלג דעלמא נישט העלפן, לייגט אייך שלאפן נאך א שאוער מיט די עירקאנדישן אויף היי און איהר וועט אויפשטיין געזונט און פריש.
איי דער חוש איז דאך מעיד אז אין ווינטער ווערט מען מער פארקיהלט? דאס איז א תוצאה פון זייטיגע אומשטענדן וואס שאפן זיך אינעם ווינטער סעזאן, עס זענען דא אין דעם עטליכע טעאריעס, די הויפט ביאור איז ווייל אין ווינטער איז מען מער אינדערהיים און די פענסטער זענען פארמאכט, ממילא כאפט זיך די וויירוס שנעלער אריבער פון איינעם צום צווייטן [און לויט דעם איז גאר פארקערט, ווען מען וואלט זיך מער געדרייעט אויף די גאס וואלט מען ווייניגער פארקיהלט געווארן...], נאך א טעאריע איז אז די וויירוס געפונט זיך באקוועמער אין טרוקענע לופט ווי אין די פייכטע זומער לופט.
דר"א, ווען מען באקומט א קאלד ווערט מען דערנאך אימיונד צו דעם ספעציפישן קאלד, קיין סאך וועט עס אייך אבער נישט העלפן ווייל עס זענען דא איבער 200 מיטגלידער במשפחת הקאלד, און פארדעם מאכט מען נישט קיינע וואקסינען קעגן זיי.
עכ"פ איהר קענט זיך משמח זיין אויף די גאס כבגן עדן מקדם און גארנישט וועט אייך פאסירן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:05 pm
דורך נולד מאוחר
מיר האט א דר. געזאגט אז די גוף איז ביזי ווארם די גוף ממילא האט ער נישט זיינע כוחות צי פייטען די וויירוס. ציליב דעם איז עס מער שכיח ווען ס'קאלט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:07 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, אויך איינע פון די טעאריעס, די אמת איז מן הסתם א צירוף פון אלע צוזאמען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:29 pm
דורך ונבנתה העיר
'אמר רב יהודה אמר רב' איז נישט טייטש 'רב יהודה האט געזאגט בשם רב', מען דארף זעצן די ווערטער אזוי: אמר רב יהודה - רב יהודה האט געזאגט [פון דא און ווייטער הייבט זיך אהן ר"י ווערטער]: אמר רב - רב האט געזאגט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:39 pm
דורך נולד מאוחר
מיכיתיתי?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:46 pm
דורך ונבנתה העיר
1. אמר ר"י אמר רב איז נישט 'טייטש' ר"י האט געזאגט בשם רב.
2. אז מען טייטשט יעדע ווארט פאר זיך קומט אזוי אויס.
3. דו האסט א בעסערע פשט?...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:49 pm
דורך נולד מאוחר
אמת