בלאט 1 פון 1
רבנים און עסקנים וואס געבען פילן
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:30 pm
דורך קרעקער
אין הארץ איז געוועהן באשריבען די פארבינדענג פון רבנים מיט פסיכיאטערס צו געבען וואליום און ריטלין פסיכיאטרישע מעדעצין פאר חסידישע בחורים בעיקר גור חסידים וואס האבען תאוות בענין קדושה צו נידערען זייער תאוות, ווי באוויסט הרגט די פילען אפ דאס לעבען ספעציעל פין יונגע בחורים וואס נעמען עס, אבער ווי עדות זאגען נעמט יעדער דריטער בחור און מיידעל פילען, אזוי מאכט מען זיכער אז זיי בלייבען וואויל און שטיל
די פסיכיאטערס זענען מודה אין דעם זיי טענה'ן אבער אז אויב זיי וועלען עס נישט געבען וועט דער בחור אדער יונגערמאן זיך שפורען זייער צוקלאפט אין זיין פרומע חסידישע סביבה וואו דעס איז די גרעסטע עבירה, און דעמאלס וועט ער דארפען צוקומען צו פסיכיאטרישע הילף
ממש א רחמנות אויף דע פילע יונגע נשמות וואס גייען נעבעך לאיבוד דורכען זיי אנשטאפען מיט די שעדליכע מעדעצין בלויז ווייל זיי האבען א נאטורליכע תאווה כדרך כל הארץ
די שאלה איז וואס טוט זיך ביי אינדזער ציבור? איז דעס אויך דא ביי אינז?
http://www.haaretz.co.il/magazine/1.1680685
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:46 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך ווייס פון חתן טיטשערס וואס גיבן פארשידנע פילן. ואכמ"ל.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:18 pm
דורך קרעקער
זיי יא מאריך
זיי מפרסם די שגץ שטיק
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
שייגעץ שטיק? נישט אזוי זיכער.
די פילען זענען דא פאר א סיבה. ווען עטליכע פון אונזערע היימישע מאלעסטערערס וואלטן דאס גענומען וואלט די וועלט שענער אויסגעזעהן.
ס'איז וויכטיג פאר די אנ-קאנטראלעבל מענטשן, וועלכע קענען נישט (אדער ווילן נישט) באהערשן דעם כח התאוה.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:48 pm
דורך ברעט מענינג
ווען עטליכע פון אונזערע היימישע מאלעסטערערס וואלטן דאס גענומען וואלט די וועלט שענער אויסגעזעהן.
קרעדיט: שמעקעדיג.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:50 pm
דורך דעת תורה
אויב האט עס נישט קיין שום אנדערע סייד עפעקטס, זע איך נישט פארוואס מען זאל עס נישט געבן צו פארגרינגערן די מלחמת היצר אין די ימי הבחרות.
איך וויל נאר נעמען דעם געדאנק א טריט ווייטער, נעמליך אז די פילן קענען זיין א געוואלדיגע אויפטו. ווייל די גאנצע סיבה פארוואס מיר מאכן חתונה יונג, און אומבאזעסן און אן קיין דעיטינג איז דאך אלעס וועגן דעם יצר הרע, איז אויב קען מען עלימינירן דעם יצר הרע קען מען דאך שוין פיקסן דעם גאנצן עסק.
און אולי נאכמער, אפילו די וואס דעיטן שוין יא, איז דאך דא א שטארקע טענה אז זיי ווערן גאנץ זיכער פארליבט און קענען נישט טראכטן גראד. זאלן זיי דאס נעמען וועלן זיי קענען מאכן קאלטע ראציאנאלע באשלוסן.
איך האב נאר מורא איין זאך, לויט די גמרא אז מען האט נישט געקענט טרעפן קיין איי אין גאנץ ארץ ישראל, גלייב איך נישט אז א בחור וועט בכלל זיין משוגע מסכים צו זיין חתונה צו האבן בכלל...
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:39 pm
דורך ידען
יעצט טראכט איך אז אפשר זאל איך אויך נעמען די פילען. סע קען זיין אז מיך קען עס נאך העלפען..
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:58 pm
דורך לעיקוואד
הדברים ידועים פאר ווער עס קען דער פעלד, נישט נאר כלפי פילס כנגד היצה"ר נאר אויך בכלל אלע מיני פילס, יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי. ולענ"ד נראה כצד האחרון באופן כללי. אויך אין דער אלגעמיינער וועלט פירט זיך א גרויסער וויכוח צו מגיט נישט איבעריג קיין מעדיקעישין ווי ריטאלין וכדו' נאר כדי צו מאכען קינדער קאנפארמירען צו א סיסטעם ואוס איז נישט געאייגנט פאר זיי לכתחילה. וקל וחומק בן בנו של קל וחומר אין א קהילה ווי אונזערע וואס דער קאנפארמיזים איז שולט אויף אלע שטחי החיים פון בעדרום ביז'ן מקווה.
כהאב געהערט בשם דער דאקטאר ווואס ארבעט פאר סקווער אז ער האט א פשוטער איינפאל: אנשטאטס מזאל שיקען יעדער עקסטער צו עם, זאל מען פשוט אריינלייגען די פילס אין די וואסער פון שיכון סקווער און מוועט אויסהיילען די גאנצע שטאט אויף איין מאל.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 5:00 pm
דורך הוגה
די נושא איז שוין געדעקט געווארן אין א"י און אין אמעריקט מערערער מאל. עס איז נישט קיין פראבלעם אויב א דאקטאר (יא, נאר א דאקטאר/פסיכיאטר מעג פארשרייבן מעדיצינען, א טעראפיסט/פסיכילאג - אפגעזעהן ווי א גרויסע מומחה ער איז מעג בשום אופן נישט פארשרייבן מעדיצינען, מערערע חורבנות זענען שוין געשעהן צוליב אזעלכי אינצידענטן, ועוד חזון להאריך בזה) פילט אז א געוויסע מעדיצין וועט זיין א טובה פארן פאציענט/בחור/מיידל/אינגערמאן סיי צו עס וועט יענעם העלפן פיזיש, גייסטיש מעג ער עס רעקאמאנדירן און פארשרייבן. א דאקטאר איז אקאונטיביל ער וועט עס טון נאר לטובת הפאציענט. די פראבלעם איז ווען די דאקטאר טוט עס ווייל ער איז משוחד פון די עסקן אדער רב. די עסקן/רב שוקט אים פאציענטן מיטן תנאי אז ער וועט פארשריעבן מעדיצין פאר הוז"ל. דאס איז א פארברעכן וואס מוז רעפארטעד ווערן פאר די אינסטאנצן.
איך ווייס נישט וואס די אמת איז, אבער עטליכע או. טי. די. חברה האבן באריכטעט איבער אזעלכע דיעלס און אקטיוויטעטן. עס איז צום האפן אז די מידיע וועט טון זייער ארבייט דאס צו אינוועסטיגירן, און אויב איז באגאנגן געווארן אזעלכע פארברעכנס וועלן די עבריינים (דאקטאר און עסקן צוגלייך) געהאלטן ווערן אקאונטיביל.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 5:11 pm
דורך היימישער ליטוואק
מיינע פיללס זענען נישט גוט פארשטאנען געווארן. ובמקום אחר הארכתי, והמבין יבין.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 5:43 pm
דורך נולד מאוחר
לעקוואד, דאכט זיך עפעס ליגט שוין אין די סקיוורא וואסערן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:07 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:יעצט טראכט איך אז אפשר זאל איך אויך נעמען די פילען. סע קען זיין אז מיך קען עס נאך העלפען..
ווי איינער האט געשריבן בשם קוני ראטנבערג ז"ל. אכציג פראצענט אין (סאטמאר) ביהמ"ד אויף ראדני זענען אויף פילן. די איבריגע צוואנציג פראצענט וועלכע נעמען ניזשט קיין פילן. זיי מאכן אן אלע פראבלעמען.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:11 am
דורך גנדי
לעיקוואד האט געשריבן:הדברים ידועים פאר ווער עס קען דער פעלד, נישט נאר כלפי פילס כנגד היצה"ר נאר אויך בכלל אלע מיני פילס, יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי. ולענ"ד נראה כצד האחרון באופן כללי. אויך אין דער אלגעמיינער וועלט פירט זיך א גרויסער וויכוח צו מגיט נישט איבעריג קיין מעדיקעישין ווי ריטאלין וכדו' נאר כדי צו מאכען קינדער קאנפארמירען צו א סיסטעם ואוס איז נישט געאייגנט פאר זיי לכתחילה. וקל וחומק בן בנו של קל וחומר אין א קהילה ווי אונזערע וואס דער קאנפארמיזים איז שולט אויף אלע שטחי החיים פון בעדרום ביז'ן מקווה.
כהאב געהערט בשם דער דאקטאר ווואס ארבעט פאר סקווער אז ער האט א פשוטער איינפאל: אנשטאטס מזאל שיקען יעדער עקסטער צו עם, זאל מען פשוט אריינלייגען די פילס אין די וואסער פון שיכון סקווער און מוועט אויסהיילען די גאנצע שטאט אויף איין מאל.
ווער ווייסט אפשר לייגט מען דאס שוין אריין אין די שיריים פון רבי'ן, און מען זאגט אז עס איז איבער געזאלצן.
נאכן טיש שפירט זיך יעדער הייליג און מען מיינט אז די רבי האט אויסגעוואשען די נשמות מיט זיין טרערן.
אפשר וועגן דעם איז די הנהלה אזוי שטרענג אז יעדער מיז קומען צום טיש.
חזקיהו המלך, אפשר מאכט איר א טעסט אויף די וואסער אין סקווירא, אפשר איז אויך דא דארט פלארייד?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:11 am
דורך finskver
ענדליך נעמט זיך איינער אן פאר סקווער
http://finskver.wordpress.com
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:31 am
דורך איחוד פעלד
זייער אימפרעסיוו.
ער טענה'ט גאר זאכליך, איך האב אפילו נישט וואס מגיב צו זיין, אזוי גוט זענען זיינע טענות.
דער עיקר נקודה איז אז סקווער איז הייליג, אדער העיליג, און פארדעם מעג מען אפילו רציחה ווען איינער שטערט דער העיליקעיט.
און ער ברענגט א ראי' פין א ביסמעדריש אין ווילי, אז דארט וואלט מען אויך ארויסגעטראסקעט פאר מאכען נאך א מנין.
צום ענין פין פילען, אלע פילען האבען סייד עפעקטס, דער איינציגסטער פאל וואס מען דארף געבען פילען לעניות דעתי, איז אויף א פאל פין פיקוח נפש. פונקט אזוי ווי אלע רפואות וואס קענען זיין א סכנה, טוט מען נאר במקום סכנה.
פילען קענען זיין א סכנה, מען ווייסט נישט וואס געשעהט, מען שפילט זיך ארויף און אראפ פין די פילען, און דער נערווען קענען צופלאצט ווערען. בפרט ווען מען גייט אראפ פין די פילען איז נישט קלאר וואס גייט געשעהן.
אשר על כן זענען פילען א בדיעבד שבדיעבד.
בנוגע דאס געבען די פילען אין גור, אדער גער, און איבריג צו זאגען אז די עוולה אין דעם איז דאך גאר שטארק. ווען א בחור האט גאר שטארקע שברון לב אויף דעם וואס ער האט "נסיונות" (נעווער מיינד די גרויסע "נסיונות") וואלט געוועהן די חיוב פין די מחנכים אים מסביר זיין אז עס איז גארנישט, און ער דארף נישט זיין צובראכען בכלל פין דעם, עס איז נארמאל, דער אויבערשטער וויל פין אים נישט מער ווי ער קען וכו'. דערווייל טוהן די רשעים דער היפוך, זיי פרעידיגען פאר די בחורים ווי מיט איין ראי' אסורה אדער פגם אדער קרי אדער ברצון אדער במזיד אדער ווייסעך וואס איז מען פוגם און פגום לדורות און מער קען מען קיין צדיק נישט זיין, און אלע האפענונגען צו זיין א צדיק זענען אין דער ערד. נאך מער טוהן די רשעים זיי רעדען איין די בחורים אז "ערליכע אידען" קענען זעהן אויף'ן שטערען אויב מען האט געהאט א פגם, און אונז אלע ווייסען מיר אז דאס איז ליגענט מיט רייז, גיי צו עני מענטש און זאג אים זיין מתקן דיין ברית און קיין ליגענט וועסטו נישט זאגען. און די נאיווע בחורים ווייסען נעבעך נישט וואס צו טוהן מיט זיך. און ווען עס איז דא אזעלכע וואס קענען נעבעך יוצא זיין מדעתם גיט מען זיי פילען להקטין התאווה וכו'. כאילו ווי דער אויבערשטער האט נישט געוויסט וויפיל מאס תאווה צו געבען דער בחור, נאר דער משגיח דער מנוול פארשטייט בעסער.
צר לי עליהם מאוד. עס איז מיר אסאך בעסער די מהלך פין סאטמאר ווי מען רעדט אביסעל אבער מער ווייניג לאזט מען די בחורים צורוה, אדער באבוב ווי מען רעדט בכלל נישט אין די ענינים. לאז געמאכט, און די בחורים וואקסען אינגעלייט צדיקים אזוי ווי מיט די פילען, ווי זיי ווערען שוואך אין קאפ און דרייען זיך זעלטען צוריק.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:56 am
דורך דעת תורה
דאס אז ערליכע אידן קענען זען א פגם אויפן שטערן, ווערט געברענגט אין מעשה רב, אז דער גר"א האט געזאגט פאר ר' חיים וואלאזשינער אז דאס צו זען איז א קלייניגקייט.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:56 am
דורך finskver
איחוד פעלד האט געשריבן:זייער אימפרעסיוו.
ער טענה'ט גאר זאכליך, איך האב אפילו נישט וואס מגיב צו זיין, אזוי גוט זענען זיינע טענות.
דער עיקר נקודה איז אז סקווער איז הייליג, אדער העיליג, און פארדעם מעג מען אפילו רציחה ווען איינער שטערט דער העיליקעיט.
און ער ברענגט א ראי' פין א ביסמעדריש אין ווילי, אז דארט וואלט מען אויך ארויסגעטראסקעט פאר מאכען נאך א מנין.
פונקט אזוי קוקט מען אויס... ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:10 am
דורך לעיקוואד
דעת תורה האט געשריבן:דאס אז ערליכע אידן קענען זען א פגם אויפן שטערן, ווערט געברענגט אין מעשה רב, אז דער גר"א האט געזאגט פאר ר' חיים וואלאזשינער אז דאס צו זען איז א קלייניגקייט.
פונקט שבת האט מיר איינער געוויזען ווי דער קאמארנער שרייבט אויך אז דאס איז פון די גרינגע זאכען צו זעהן לזכי הראות.
אבער מה אעשה און איך האב נאכנישט געטראפען דער זך הראות, און די וואס פארופען זיך אויף אזעלכע בחנתי ונסיתי שאינם יודעים מאומה.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:07 pm
דורך גנדי
האט איינער געהערט די שיעור פון נחום ראזענבערג די וואך?
ער זאגט אז איינער האט אים געזאגט אז יוסף דוד קרויס פלעגט אים געבן פילן און טוען מיט אים וואס מען טאר נישט.
ער בעט יענעם זאל זיך פארבינדען מיט אים ווייל ער וויל מען זאל איינזעצן יוסף דוד קרויס פארן געבן פילן.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:48 pm
דורך קרעקער
איך קען קרויס די מעשה שטייט נישט גוט אויף עם אבער היינטיגע צייטען פערדיקט איך גארנישט מער
הו קנאוס?