בלאט 1 פון 5

בריוו צו די רעדאקציע

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 6:53 pm
דורך ידען
כמעט יעדע צייטונג (אויסער די שטערן) האט א פלאץ פאר בריווען וואס לייענער שיקען צו די רעדאקציע.

א סאך מאל איז עס זייער אינטערעסאנט און א סאך מאל גראבע נארישקייטען.

איך וועל דא לייגען וואס סע קען זיין אינטערעסאנט און איך הייב אן מיט א נארישע..

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 6:59 pm
דורך ידען
נארישע טענה.

דו מיזט נישט קויפען אויב סע טייער. איך וויל יא קויפען אפי' אויב סע קאסט טייער.

וואס איז מיט לכבוד שבת?

די לייענער אין די בלאט גלייבען נישט אז וואס מע קויפט פאר שבת באקומט מען צוריק?

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 7:35 pm
דורך טאמבל סאס
פון צייט צו צייט הערט מען טענות היתכן פארשידענע בתי עלמין'ס האבן נישט גענוג ביסקיסעס אויף'ן שטח און אפ' ווען יא שטעלן זיי נישט צו גענוג טוילעט פעיפער. דער ענטפער פון די ח"ק איז אבער אז דאס איז וואס מ'דארף געווענליך און דאס איז וואס מיר שטעלן צו.

אני 'הקטן והקאקער' דער בריוו שרייבער האב אבער א טענה קעגן די סאטמערע בתי חיים'ס וואס שטעלן זיך אהער צו האבן די בעסטע סערוויסעס צוגעשטעלט און פארגאנגענעם כ"ו אב בין איך געווען אויפ'ן ציון און ס'האט געהערשט אזא חאזעריי, אלע טוילעט'ס זענען געווען אנגעחאזערט, פארשטאפט מיט 99 טישוס. עס איז א פארברעך אריינצוברענגען ביסקיסעס, אויב מ'איז געצווינגען זיך צו באפארענען מיט אזא שטונק און שמוץ. דאס מציאות האט איבערגעוויזן אז א נארמאלע מענטש קען זיך איינהאלטן דורכאויס די זעקס שעה ביים ציון, אפ' נאך דעי קאלעי וואסער און קוקיס, און אומגעהויערע בויך קרעמפן וואס קומען נאכן זיך ארומדרוקן און שטופן אינעם אוהל.
נו אויב אזוי פארוואס קען מען זיך נישט איינהאלטן פון גיין אין טוילעט ביז מ'קומט אין גרויסן ביהמ"ד און די הויזן פאלן??

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 12:13 am
דורך diff
lookes like you use kava shteibel as your toilet

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 12:15 am
דורך זר זהב
או מיי גאט... ביסקיסעס. דיין תגובה איז זייער זייער פאני

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:52 am
דורך ידען
ער לייגט זיינע נסיונות אין די איד......

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:54 am
דורך בעל הבית
איך לויף שון ארוס אויף לי

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:06 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'איז א קאמפליצירטע נושא, ווייל פין די צווייטע זייט דארף די עזרת נשים יא קאמפיטען מיט די גאס כדי צי געפעלען פאר זייערע מענער, וואס דאס איז א שמירה פין א עבירה, (אין בכלל איז נישט געזונט ציפיהל צי באבערען מיט זייערע נאטורליכע אינסטינק וד"ל)

אלא מאי דארף מען וויסען די ריכטיגע באלאנס, איז דא גדרי הצניעות, אבער ווען די הייבסט אן מיט די קאליר, דאס יא דאס נישט, איז מייניך שוין אביסעל איבערגעטריבען, ווייל יעדער פרומער ווערט אנגערייצט פין עפעס אנדרעש, קען אויסקומען אז די נשים דארפען גיין מיט שמאטעס אין מיט א זאק אויף די פלייצע, ביז ס'וועט קומען איינער אז דוקא דאס רייצט אים אן ......

אלא מאי, מען דארף זיך היטען די אויגען סיי אויף די גויאישע אין סיי אויף די אידישע גאס, אין לאז די נשים זיין נשים ווילאנג ס'איז אין די נארמאלע גדרי הצניעות, אין פארשטיי אז א גאס איז א גאס, אין אויף די גאס ברויך מען זיך אלעמאל היטען,

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:30 pm
דורך שמעקעדיג
חזקיהו, זייער גוט זאגסטו, דברים של טעם!

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
אגב, וואס מיינט "בליק ספק"?..

(און נאך א חומר למחשבה: וואס טראכטן די יונגע מיידלעך וועלכע ליינען דאס?)

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:16 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:(און נאך א חומר למחשבה: וואס טראכטן די יונגע מיידלעך וועלכע ליינען דאס?)


וואס גיט דיר די בריוו מער חומר למחשבה לגבי יונגע מיידליך ווי סיי וועלכע אנדערע זאך וואס רעדט פון צניעות?

און וואס טראכטען יונגע בחורים פארשטייסטע יא?

וואס האסטו געטראכט אלץ בחור?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:08 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דא פילן פאר אזעלכע מענטשן.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:02 am
דורך זר זהב
photo-8.jpg

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:31 am
דורך געפילטע פיש
א געניעלע איינפאל! אבער איך האב אין מיין לעבען נישט באגעגענט קיין זיבן פיסיגע שפין, זאג עם ער זאל שנעל מודיע זיין פאר די ספיידעריסטן און שפין פארשער אז אין וויליאמסבורג דרייען זיך זיבן פיסיגע ספיידערס.
די איינציגע רעפרענס וואס איך קען טרעפן אנ-ליין אויף די וועב צו א זיבן פיסיגע ספיידער איז דאס (אויך כעין א בריוו צום רעדאקציע), און דאס, זעט אויס ערגעץ אין מאדאגאסקאר (די מקור פון ליפא'ס אבי מ'לעבט ניגון) איז יא דא א זיבן פיסיגע ספיידער, שוין, אלעס איז די קליפה ליפא שולדיג.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:34 am
דורך ידען
זר זהב

איין בריוו וואס כאב אויך געטראכט צו לייגען און כאב א פאר פון די בלאט.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 9:47 am
דורך טאמבל סאס
ידען האט געשריבן:ער לייגט זיינע נסיונות אין די איד......

איך האב געוואלט אנרירן א ענין.. אבער כ'וועל מיך איינהאלטן.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 10:31 am
דורך שמעקעדיג
נו, מען טאר נישט צורירן, האט מיין רבי געזאגט.
גוט אז דו האלטסט זיך איין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:18 am
דורך ידען
סע זייער א גוטע איידיע

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:22 am
דורך ברעט מענינג
ידען האט געשריבן:סע זייער א גוטע איידיע

חחחחח

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:50 am
דורך newkave
אפשר זאל מען סקענען יעדער ווען מען קומט אריין (פארשטייט זיך יעדער זאל האבן א טשיפ)

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:55 am
דורך שמעקעדיג
א סקענער ברויך האבן א קאמפיוטער דערצו, און דאס איז גע'אסר'ט שלא לצורך ביזנעס אין דער בלאט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:03 am
דורך געפילטע פיש
איך עפן א ביזנעס פון אריינסיינען דיין נאמען ביים חתונה, איך וועל האבן עידזענטס אין אלע געגענטער, א לאקאלע חתונה קאסט פינעף דאלער א סיין אריין, לאנג דיסטענס קאסט מער, ווי אויך וועט זיין א יערליכע פעקעדזש מיט א מאקסימום פון 200 חתונות. נאר ערענסט אינטערעסירטע זאלן לאזן א מעסעדזש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:10 am
דורך שמעקעדיג
ווער וועט באצאלן פאר די סערוויס? דער פון-געלט-אויסגעדראשענער מחותן אדער די וועלכע סיינען זיך איין?
וועט מען קענען אריינסיינען דורך אימעיל? (דאס וואלט נישט געווען שלעכט...)