אפיציעלע צייטונג - מה פשט?
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:18 am
לעצטנס איז געווען אין די נייעס איבער אן אפמאך צווישן די אמעריקאנער אויסערן מיניסטאר הנקרא סעקרעטערי אוו סטעיט און די כינעזע רעגירונג בנוגע סייבער שפיאנאזש, איז געווען א באריכט נאכגעברענגט פון כינע׳ס ״אפיציעלע" צייטונג (איך געדענק נישט די נאמען דערפון) וועלכע האט געהאט אן אפיציעלן סטעיטמענט פון א הויכראנגיגער כינעזער וועלכער האט אויסגעדרוקט צופרידנהייט פון די אפמאך.
אין די איצטיגע אזוי-גערופענע קריזיס מיט קאריע הערט מען אויך כסדר אין די באריכטן נאכברענגן שטיקער פון די ״אפיציעלע״ טעלעוויזיע סטאנציעס אין קאריע, וואס זיי זאגן, טראכטן און סטראשענען.
איז מיר געווען אינטערעסאנט וואס איז דאס אן אפיציעלע נייעס סטאנציע? וואס איז למשל אמעריקע׳ס אפיציעלע צייטונג אדער נייעס קאנאל?
ביים היימישן עולם ווייסט מען אז המודיע איז דער אפיציעלע צייטונג פאר גור, דער איד און דער בלאט איז אפיציעל פאר איטליכע סאטמארע פראקציעס, אבער אז א לאנד אדער שטאט זאל האבן אן אפיציעלע צייטונג האב איך נישט פונקטליך פארשטאנען.
אויסער אויב מען וועט איינזעצן אז דאס איז א ריין קאמוניסטישע געצייג. וואס אויב עס איז אזוי וואלט איך נייגעריג געווען וואס עס איז (געווען) רוסלאנד׳ס אפיציעלע צייטונג.