דורך דער תהילים איד » פרייטאג אפריל 12, 2013 5:17 amאויש סארי.. כהאב פארגעסן דערפון.
דער אמת איז אז איך האב מורא אז כ'בין נישט גענוג קלאר דאס צו קענען איבערגעבן ווייטער, אבער כאטש בערך:
דער פייפליין פראדשעקט איז צוטיילט אין מערערע פאזעס, צו א סך הכל פון עטליכע לאנגע יארן ארבעט.
דער יעצטיגער פאזע איז צו ציען די פייפס ביז צו די קארנוואל קוועלער (וועלכע זענען 'אונטערוועגנס' צו די רעזערווארן פון די סיטי), אבער אויך דער פאזע אליינס איז צוטיילט אין צוויי חלקים: 1) ציען די פייפ'ס, 2) אקטיוויזירן און אויפארבעטן די קוועלער.
די ערשטע חלק אליינס (ציען די פייפ'ס) ברויך נעמען בערך א יאר, האט מען צוערשט געארבעט צו באקומען אלע פערמיט'ס וואס פעלט זיך אויס צו קענען ציען די פייפס, און יעצט בעפאר פסח איז ענדגילטיג פארטיג געווארן אלע ביוראקראטישע פראצעדורן, און עס איז דא די פערמיט'ס פון אלע וואס זענען אינוואלווד דערין, אן אויסנאם.
די צווייטע חלק פון די קוועלער זעלבסט, דארט האלט מען נאך אינמיטן פארארבעטן, און ביזדערווייל פרובירן די שכנים וואודבערן צו טענה'ן אז עס גייט זיי אויסליידיגן פון וואסער, און זיי קומען מיט א 'מי מריבה' טענה אז די קועלער טאר מען נישט נוצן בכלל.., אבער בס"ד וועט דאס אויך דורכגיין, נאר אנשטאט צו לאזן די גאנצע פראיעקט ווארטן האט מען באשלאסן צוערשט צו טוהן וואס מען קען שוין זיכער טוהן, וויבאלד ווי געזאגט נעמט די פייפ אליינס א יאר צייט ארבעט.
פאריגן פרייטאג איז געווען א מיטינג פון די קאונטי לעגיסלעטאר'ס, און די שיקסע וואס פלאנט צו לויפן קעגן דיענע האט זיך דארט גענומען פארפירן אז מען בויעט א פייפליין צו "קוועלער וועלכע פארמאגן ניטאמאל א פערמיט", און אלע חברה דארט פארשטייען צו געזעצן גענוי ווי אלע אונזערע געזעצגעבער און קאנגרעס.., און אלע ווי איינס האבן מסכים געווען אז דא קומט פאר א שרעקליכע מעשה, "מען גראבט אן קיין פערמיט!"...
האבן זיי דורכגעפירט א רעזעלוציע אז די קאונטי מוז אפשטעלן די ארבעט.
יעצט איז די שיקסע געקומען פארפירן פארוואס דיענע אינפארסירט נישט זייער רעזעלוציע און ער לאזט די ארבעט ווייטער אנגיין, און אויף דעם האט דיענע געשריבן דעם בריוו וואס צייטליך האט געברענגט, אז די רעזעלוציע האט נישט קיין שום לעגאלע באזיס ווייל דער פייפ פאר זיך פארמאגט אלע פערמיטן וואס פעלן זיך אויס דערצו, און עס איז נישט אנגעבינדן בכלל אין די קוועלער זעלבסט וואס דארט איז נאך דא א וועג צו גיין מיט די ווייטערדיגע פערמיט'ס, אשר עוד חזון למועד.
----------------------------
דורך דער תהילים איד » זונטאג אפריל 14, 2013 4:07 pmאפדעיט (פונעם זעלבם מקור):
דאנערשטאג האט די שיקסע זיך אראפגעשטעלט ביי א ווייטערדיגע פונקט וואו די טרעקטער'ס דארפן אנקומען אין געציילטע טעג, וואס דארט קומט די פייפ אריין קיין וואודבערי, און זי האט גע'טענה'ט אז 'עד כאן' לאזט זי גיין, ומכאן ואילך וועט גיין קלעפ..
פרייטאג זענען ביידע צדדים איינציגווייס אנגעקומען אין געריכט, צו א שופט וואס האט שוין באהאנדלט אנקלאגעס אין די פארגאנגענהייט. די שכנים האבן אריינגעגעבן א קאמפלעין פארוואס מען ארבעט אן א פערמיט, און די קר"י ווילידש האט אריינגעגעבן א קאמפלעין פארוואס מען פערט דורך פראוואקאציעס אויף זייער פראיעקט.
דער שופט האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די שכנים, ערקלערנדיג אז אלע נויטיגע פערמיט'ס זענען דא פארהאן, און איבער די קאמפלעין פון די קר"י ווילידש האט דער שופט פארלאנגט א דעקלעראציע פון די אנטיסעמיטן אז זיי גייען נישט מאכן קיין שום שטערונגען פאר די ארבעט אויפן שטח, נאר פאר סיי וועלכע טענה וועלן זיי זיך בלויז ווענדן צום געריכט.
כן יעזור ה' להלאה...