א נייע צענטראלע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג פאר די ארונים?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
א נייע צענטראלע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג פאר די ארונים?
איך האב אנומעלט געהאט די געלעגנהייט צו ליינען אין בלאט צווישען אנדערן אז די פירערס פון די ארונים האבן ערענסטע פלענער צו בויען א נייעם צענטראלן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, (מסירת מודעה: דאס וואס איך רוף זיי אן ביים נאמען "ארונים" איז נישט ווייל איך וויל שרייבן נעגאטיוו, נאר כדי מ'זאל וויסן פון וועמען מ'רעדט) און אז מ'האט שוין עטליכע שטחים וואס מ'דעבאטירט ערענסט וועלכע שטח מ'זאל נעמען פארן צענטראלן ביהמ"ד, לפי דעתי העני' איז דאס אביסל איבערגעטריבן ווייל מ'האט זיך שוין איינגעארדענט אינעם ביהמ"ד אויף הופער סטריט און קיין איבריגע 20 צו 30 מיליאן דאלער קומט אויך נישט צופוס, ממילא פארשטיי איך נישט דאס גאנצע געשרייבעכט'ס אויסערדעם האט מען דאך בתי מדרשים אין אלע ווינקלען פון וויליאמסבורג סיי די ארונים און סיי די זאלונים, סאיז נישט ווי אמאל אין די בראשית יארן וואס מ'האט נאר געהאט 500 בעדפארד און שפעטער ראדני, היינט איז דאך אן אנדער וועלט, ממילא וואלט איך געוואלט אז איינער זאל מיר עפענען דעם קאפ און מסביר זיין וואס דא גייט פאר, צו איך דארף טאקע ווארטן מיט שפאנונג ווען דער נייער צענטראלער ביהמ"ד וועט ווערן געבויעט, און דרך אגב וויל איך וויסן וואס גייט מען טון מיט דעם יעצטיגן ביהמ"ד סיי 13 הופער און סיי 14 הופער
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
שרייבער האט געשריבן:14 הופפער איז זייער נישט גוט צוגעשטעלט פאר א ביהמ"ד, ס'איז פונקט גוט בדיעבד פאר די ימים נוראים, אבער פאר וועכנטליך נישט, בנוסף וואס א מקוה האט עס ווי פאר א ביהמ"ד מיט 300 מתפללים, והעיקר אז דער שטח באלאנגט נישט פאר די קהלה מען צאלט רענט
איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער די אלע זאכן זענען נאכנישט גענוג סיבה צו נעמן אודך דעם וואנדער שטעקן אין די הענט דאס וואס דו שרייבסט אז די מקוה איז נישט גענוג פאר אזא גרויסן ציבור קע"ה איז דא צו דעם א עצה מ'קאן גיין אין אנדערע מקואות ס'איז דא גענוג איכ'ל אויסרעכענען עטליכע 165 קליימער, קליוולאנד, וויען, וויזניץ לי, וויזניץ ראס, דושינסקיא, טאהש, צעהלים, מונקאטש, ספינקא קיעפ, ספינקא פען, פאפא, וכו' וכו', ואטו כי רוכלא אנא ליחשב וליזיל, און דאס אז מ'צאלט רענט, איז וואס? און אז מ'וועט זיך נעמען בויע א נייעם גרויסען בהמ"ד וועט דאס דען זיין ביליגער? ס'קאן דאך אריינציען אין די מיליאנען אז מ'וועט אנקומען צו 50 מיליאן שטייט מען נאך גוט, ווייסט דער באשעפער אין וואס פאר א אסטראנאמישע סכומים דאס קאן אריין ציען
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
שרייבער האט געשריבן:14 הופפער איז זייער נישט גוט צוגעשטעלט פאר א ביהמ"ד, ס'איז פונקט גוט בדיעבד פאר די ימים נוראים, אבער פאר וועכנטליך נישט, בנוסף וואס א מקוה האט עס ווי פאר א ביהמ"ד מיט 300 מתפללים, והעיקר אז דער שטח באלאנגט נישט פאר די קהלה מען צאלט רענט
איך האב שוין געדאווענט א פאר מאל אינדערוואכן אין 13 הופער ס'איז טאקע נישט די באקוועמסטע אבער מ'קען אנגיין דער היכל התורה איז א הערליך שיין באקוועם פלאץ אז ס'איז א מחי' צו זיצן און לערנען ד ארט,ס'איז דא אויף די ערשטע שטאק דריי גרויסע שטובלעך צום דאווענען און פאר שיעורים אויוון איז דאך דאכט זיך נאך צוויי שטובלעך, ממילא וואונדער איך מיך וואס גייט מען זיך בידים שווער מאכן, ס'איז דאך א שאד.אויף אידיש געלט, בלוט און שווייס איך גלייב נישט אז מ'וועט זיך אונטערנעמען אזא ריזיגען פראיעקט, עכ"פ אינעם נאנטען צוקונפט אודאי נישט
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
אבי גערעדט האט געשריבן:סא ביזט געקומען דא קיין צימעס אפצורעדן די ארונים פון עפענען א נייע צענטראלע שוהל? דעמאלטס דארף מען שנעל קאלן די ועד הפועל, פרעגן צו זיי האבן שוין היינט אויסגעטשעקט צימעס
איך וויל אייך אומפמערקזאם מאכן אז דא זענט איר נישט אין "צימעס דא זענט איר אין "קאווע שטיבל"
אז מ'רעדט שוין פון קאווע שטיבל עלעך זאגן אז די קאווע שטיבל אין 13 הופער איז נישט דאס באקוועמסטע ס'איז אביסל פארוקט אין א ווינקל אבער ווייטער געזאגט ס'איז נאכנישט אזא גרויסער פראבלעם אז מ'זאל וועגן דעם אריינשפרונגען אין "הייס וואסער" ווי מ'זאגט
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
לעמיל האט געשריבן:האט מען שוין אופצעיל אויפגעגעבען אויף ראדני?
דאס וויל איך אויך ערווענען, דאס אליין אז מ'שרייבט וועגן דעם איז זייער נישט גוט פארן ציבור ס'קלאפט דעם מאראל פונעם ציבור, מ'הייבט אן טראכטן אונז האב מיר זיך געשלאגען פאר ראדני, עס געהערט פאר אונז די ראשי קהילה האבן אלץ געזאגט אז מיר גייען צוריק קיין ראדני ס'איז לא ימלט אז מ'זאל דאס קענען אוועקנעמען פון אונז, און דא רעדט מען גאר פון גיין בויען א נייעם צענטראלן ביהמ "ד, אין אנדערע ווערטער זאגט מען פאר'ן עולם,ראדני איז דערנאך אונז וועלמיר דאס מער נישט צוריק באקומען, דאס וואס מיר האבן אייך אלץ געזאגט אז מיר גייען צוריק קיין ראדני טעות ה בידינו, ואיתכם הסליחה, בכבוד רב, הנהלת הקהילה
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
לעמיל האט געשריבן:האט מען שוין אופצעיל אויפגעגעבען אויף ראדני?
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט "אופציעל", אויב פרעגסטו סייקעלאדשיקעלי צו זיי האבן זיך מייאש געווען, וואלט איך לכאורה געזאגט אז יא,
ווידער אויב פרעגסטו צו זיי האבן אויפגעגעבן זייער טענות און תבועה, איז דער ענטפער, זיכער נישט, זיי שטייען מוכן ומזומן צו עס צוריקנעמען ווי נאר זאל זיך עפענען א געלעגנהייט,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
פאר מ'טרעט צו דעם ריזיגען פראיעקט זאל מען זיכער מאכן אז ס'זאל זיך נישט איבער שפילן דאס זעלבע ווי ביים ביהמ"ד החדש פון ווילסאן, ווען ס'איז געווען די הנחת אבן הפינה פאר'ן ביהמ"ד החדש פון ווילסאן איז געווען בעיצומו פון די מלחמה מיט בני יואל, און דער סאטמארער רבי רי אהרן האט דעמאלטס געהאלטן א דרשה, אויך דער רבי בעל ברך משה זצ"ל האט אויך דעמאלטס גערעדט, שטעלט אייך פאר ווען איינער זאל צו קומען אייך זאגן אז דאס ביהמ"ד וואס מ'גייט דא בויען וועט מען נישט קענען נוצען ווייל ס'וועט זיין ביטערע מחלוקת, ס'וועט זיין צוויי רבי'ס אין סאטמאר, ר' אהרן וועט נישט האבן קיין דריסת הרגל אין ראדני וכו' וכו'....., וואלט איר זיכער יענעם אנגעקוקט ווי א פון זינען גערירטן און איר וואלט געהאט מיטלייד מיט עם און אפשר אויך געזאגט א קאפיטל תהילים אז ער זאל אויסגעהיילט ווערן במהרה, יעצט פרעג איך אייך, פון ווי זענט איר אזוי זיכער אז דא קען זיך נישט אפשפילן דאס זעלבע אדער אין אן אנדערן אופן? וואס איז מען אזוי זיכער אז אין דעם ביהמ"ד וועט צום ביישפיל ר' בערל פרידמא זיין ראש הקהל? וויאזוי ווייסט מען זיכער וועלכע קינדער פונעם רבי'ן וועט זיין רבי אין דעם ביהמ"ד? (המשך יבא)
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,