בלאט 1 פון 1

א טאג בוך: דער אויפטוה דערפון

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:45 pm
דורך פראפעסאר שפירא
א טאג בוך!

ס'דא מענטשן ואס שרייבן א טאג בוך, וואס מיינט אז זיי שרייבן אראפ די טעגליכע איבערלעבענישן אין א בוך למען יעמדו ימים רבים,

כ'וויל אביסעל אויסשמועסן וואס כ'האב געטראכט איז די אויפטוה דערפון,

מען זעהט אז ביי א חלום וואס א מענטש האט, איז גלייך צופרי ווען ער וועקט זיך אויף קען געדענקען וואס ער האט גע'חלומ'ט, אבער אביסעלע שפעטער אין טאג איז שוין פארגעסן געווארן, נישטא...... חוץ אויב ער האט אינזין געהאט צו געדענקען דאס וואס ער האט געדענקט ביים אויפשטיין, דאס איז דער וועג וויזוי דער מוח באהאנדלט א חלום, אז ס'ווערט פארגעסן.

יעצט אין די טאג-טעגליכע איבערלעבענישן גייט יעדער אדורך זיינע גוטע - און נישט אזעלכע גוטע - צייטן, יעדער האט זיך זיינע גוטע מינוטן, און אזוי אויך די דורעכפעלער און די מיסטעיק'ס וואס מען מאכט. אבער דא עקא אז זייער א סאך מענטשן מאכן איבער די זעלבע מיסטעיק'ס נאכאמאל און נאכאמאל, נאך א שטיק צייט פארגעסט מען פון די צער פון דעם דורכפאל און מען טוט נאכאמאל די זעלבע מיסטעיק, וחוזר חלילה.

ווייל ווי עס קוקט אויס טאמער מען נעמט נישט די צייט געהעריג דורכצוטראכטן די איבערלעבענישן פארגעסט מען עס ווי א חלום, און נאכן מאכן די זעלבע מיסטעיק נאכאמאל כאפט מען זיך ביים קאפ "אוי וויי, כ'בין דאך שוין דא געווען, נאכאמאל די זעלבע מיסטעיק?! האסטע קוטשע פייעט נעקי"..

אבער קען זיין אז ווען מען נעמט די צייט צו אראפשרייבען די איבערלעבענישן, דאן לעבט מען עס ווי איבער נאכאמאל בשעת עס אראפשרייבן, און דעמאלס האט מען צייט צו ריפלעקטן אויף פאסירונגען און ארויסנעמען די ריכטיגע לעסאן'ס, אזוי אז מען וועט עס נישט אזוי שנעל פארגעסן,

און אויך קען מען עס שפעטער ליינען און ס'ליינט זיך נישט ווי א בוך וואס מען האט שוין געליינט נאר ס'איז ס'שפירט זיך ווי א נייע מעשה, דאס הייסט אז מען קען אויפכאפן נייע דיטעילס אין די פאסירונגען וואס מען האט בשעתו נישט אויפגעחאפט,

ממילא מיין איך אז א טאג-בוך קען זיין א גוטע טאל צו קענען בעסער וואקסן אין לעבן אין נישט גיין אין סירקלס נאכאמאל און נאכאמאל,

אויך קען עס דינען ווי א וועג צו רילעקסן פארן גיין שלאפן,

חג כשר ושמח

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 10:05 pm
דורך ידען
גוטע פוינטס.

איך ווארט אויף דיין טאגבוך.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 10:06 pm
דורך פראפעסאר שפירא
קענסט ווארטן ........ ס'איז מיליטערישע סודות.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 10:18 pm
דורך ידען
ביסט א פראפעסאר אין מיליטערישער אקאדעמיע?...

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 10:24 pm
דורך פראפעסאר שפירא
הא הא הא,

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 1:58 pm
דורך דולה ומשקה
כ'האב מיר געהאט א מנהג אין די זוממער פלעג איך צו שריייבען סוף טאג, ווי אזוי מיין טאג איז פארביי,
ליינעדיק דאס 10 15 20 יאר שפעטער, כ'ליין די נעמען די פאסירונגען איז מיר דאס העכסט איטרעסאנט.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 2:19 pm
דורך שמעקעדיג
כדולה ומשקה ועוד, איך האב אראפגעשריבן עטליכע יאר פון מיין לעבן, פשוט כדי ישעמוד למשמרת ימים רבים, ס'איז העכסט אינטערעסאנט איבערצוקוקן שפעטער און איבערלעבן די געפילן.

אבער צו זאגן ווי פראפעסאר שפירא, אז איך קוק עס איבער כדי זיך צו לערנען פון אלטע מיסטעיקס? לא מיניה ולא מקצתיה. נישט ביי מיר...

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 2:35 pm
דורך דולה ומשקה
שמעק,
גערעכט, איך בין מיט דיר, כ'האב עס קיינמאהל נישט איבער געליינט כדי זיך צו לערנען פון מיסטעיקס, ווייל דאס איז געוועהן געמאלס, אין היינט איז היינט. אמאהל לאכט מען אמאהל וויינט מען און טייל מאהל אפילו רעגט עס מיר אויף...

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:08 pm
דורך געפילטע פיש
נישט ממש א טאג בוך, אבער איך האב לעצטענס באקומען א אימייל פון מיר, צוויי יאר צוריק...
איך האב מיר דערמאנט אז פאר צוויי יאר צוריק האב איך מיר געשוקט א אימייל אז ס'זאל אנקומען צוויי יאר שפעטער, כ'האב עס געשריבן סתם פאר אינטרעסאנטקייט און מ'סתם בין איך געווען אביסל באוארד אויך, און כ'האב אינגאנצען פארגעסען דערפון, אבער ס'געווען העכסט אינטערעסאנט צו לייענען וואס כ'האב געטראכט צוויי יאר צוריק, ווי כ'וועל היינט האלטן אויפן וועלט, ווי מיין משפחה, דזאב, די וועלט וועט האלטן וכדו' ועוד.

www.futureme.org שטעלט צו דעם סערוויס אויב איינער איז נייגעריג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:10 pm
דורך משה געציל
האסט גוט פראדיקטעט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:55 pm
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:האסט גוט פראדיקטעט?

טייל זאכען יא, טייל נישט...

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 9:06 am
דורך לעמיל
איז אמאל געוועין מער מענטשען וואס פלעגען שרייבען א טאג בוך? איך מיין אז היינט איז עס זייער וויייניג