די העכסטע ראנגען לייקס: איך גלייך עס, אבער עס קומט מיר נישט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

די העכסטע ראנגען לייקס: איך גלייך עס, אבער עס קומט מיר נישט

שליחה דורך קופערניקוס »

א באזוך ביי לייקס ראנגען ווייזט אז איך האלט דארטן א הויכע אנוועזנהייט. איך האלט אז עס קומט מיר נישט, אן זיין אן עניו, האלט איך אז פאר יידל, יאנקל, יאיר, לעיקואד, עסקן בדברים, תחכמוני, ממי שאמרו, בענזשאמין פרענקלין, ברסלבער, שמעקעדיג, משה געציל, קאווע טרינקער, געפילטע פיש און די אלע אנדערע גוטע שרייבער וואס שרייבן אזוינע טיפע און הערליכע מאמרים וואס עס ליגט דערין אזויפיל חכמה, קומט זיך צו האבן פיל מער ווי איך.
אפשר איז מר. ביען מער פאפולער ווי נועם כומסקי, אבער יידל, יאנקל, ודומיהם, פארמאגן אויך א רייכע שפראך און נישקשה'דיגע סענס אוו הומאר. אלזא רבותי, שענקט לייקס צו די וועמען עס קומט זיך.
יא, איר מעגט מיר אויך געבן, אבער איינער וואס מאכט אייך טראכטן איז נישט ווייניגער חשוב ווי איינער וואס מאכט אייך לאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קופערניקוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר