בלאט 1 פון 1

היכל "שאול תחתית". אכטונג באזוכער: נישט צוגיין צו נאנט!

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 4:56 pm
דורך מיכאל
אזוי ווי ס'דא מענטשן וואס כ'האלט אז זיי באלאנגען אין "שאול תחתית" עכ"פ ביז זיי וועלן תשובה טוהן, איז מאך איך דא א שאול תחתית אשכול און מען גייט זיי דא אריינלייגן, און שרייבן די סיבה פארוואס זיי געפינען זיך דא.


בילד

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
ווער האט דיר איבערגעגעבן די שליסלעך צום שאול תחתית? דער הויפט סעקיורעטי גארד פון שאול תחתית, אדער דער ס"מ אליין? מען מוז שוין פייערן די גיהנום הנהלה פארן דיר איבערגעבן די לייצעס.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:23 pm
דורך מיכאל
קופערניקוס האט געשריבן:ווער האט דיר איבערגעגעבן די שליסלעך צום שאול תחתית? דער הויפט סעקיורעטי גארד פון שאול תחתית, אדער דער ס"מ אליין? מען מוז שוין פייערן די גיהנום הנהלה פארן דיר איבערגעבן די לייצעס.


כ'האב געפינען א אינטער טירל פין ווי מען שטופט זיי אריין, ווער ס'זוכה קען טאקע ניצען יענע טירל צי אנטלויפען פין דארט,

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
זיי מסביר וועמען דו מיינסט.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:32 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:זיי מסביר וועמען דו מיינסט.

הו קעריס?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:33 pm
דורך געפילטע פיש
I do

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
איי, איי, איי האט זיך דער משגיח צעזינגען "דאס איז וואס דער הייליגער רבינו יונה זאגט אין שערי תשובה, פתח פתוח לפניך, די טיר איז אפען, אנטלויף! "

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:39 pm
דורך מיכאל
מייקל בלומבערג ווערט אריינגעלייגט אהער, פאר'ן מלחמה האלטען מיט די תורה אין מאכען פאלשטע בילבולים אויף די הייליגע מצוה פין מילה מיט מציצה בפה דוקא,

(בלומבערג טוה שנעל תשובה, ווייל נאך א שטיק צייט קעמען שוין נישט רעדאגירען די תגובה, אין וועסטעך דארפען ווענדען צי די מנהלים טאמער די ווילסט ארויס פין דא)

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:02 pm
דורך town1
אויש די רעדסט פון דער שואל תחתית עס כאפט א ציטער נאר צו טראכטן וואס דאס איז ווי מען איז נאך מחנך אלץ קליין קינד אז דארט קומט מען אן נאכדעם וואס א מענטש ווערט נפטר פון די וועלט ,אויב מען איז מצער דער הייליגן באשעפער, אין מען זינדיגט, לערן נאר א שטיקל אין די ראשית חכמה, וואס ער שרייבט וואס עס קומט אלץ פאר אין די שאול תחתית, איך וואלט טאקע אריינגעלייגט דארט מייקל בלומבערג פארן רודפ׳ן דאס אידיש פאלק אין מאכן א גזירה אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה אזויווי מיכאל שרייבט, אבער אריינלייגן דארט א איד חלילה וחס,

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:13 pm
דורך מיכאל
משה דוד טענדלער פין מאנסי ווערט אריינגעלייגט אהער, פארען מלחמה האלטען מיט די הייליגע מצוה פין מילה מיט מציצה בפה דוקא,

שעם דיר משה דוד, ריפסט זיך נאך א רב, די רשע, קוק ווי ביסט אנגעקומען מיט דיינע קרומע דרכים, וואס פאר א רעכט האסטו צי איינטיילען פאר אנדערע וואס צי טוהן, ווילסט נישט מאכען מציצה בפה פאר דיינע קינדער ? איז עס דיין עסק, אבער וואס גייסטע מאכען א ווינט קעגען מציצה בפה, ווער האט דיר געפרעגט, הייסטעס די זארגסטעך פשוט פאר אונזערע קינדער, די רשע, די אפיקורוס, אונז מאכען שוין מציצה בפה טויזענטער יארען, ס'גארנישט געשען, די גאנצע זאך איז א בייזע בילבול, שעם דיר, די שטרוי זאק וואדי ביסט, די קליינע שמענדראק, די ביסט פין די אלטע אזיאטישע מארמאראשע פערד,

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:20 pm
דורך למדן
איינער'ט געוואלט עפעס??

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 7:07 pm
דורך דבילה
מיכאל קומט אריין אהער דא פאר ווערן גאט'ס פאליציי און אריין שטעלן אין שאול תחתית ווער ס'נעמט א שטעלונג וואס ער איז נישט ביכולת צו פארשטיין.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 7:26 pm
דורך מיכאל
דבילה האט געשריבן:מיכאל קומט אריין אהער דא פאר ווערן גאט'ס פאליציי און אריין שטעלן אין שאול תחתית ווער ס'נעמט א שטעלונג וואס ער איז נישט ביכולת צו פארשטיין.


ניין, פארגעס דערפין, קומעך נישט, איך מעג זאגען מיין מיינונג, זיי ביזטע מודה אז זיי מעגען זאגען זייער מיינונג, הא ?, אבער ווען איך זאג האסטע א פראבלעם, ;) כ'האב נאר געשריבען כ'האב קיינעם נישט פארברענט,

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 7:36 pm
דורך ניו יארק
איך בין ראנג אז איך מיין אז די ערשטע פיקטשער אין די אשכול איז אביסעל נישט איי איי איי?
עס פאסט נישט אראפצומאלן ווי אזוי שאול תחתית קוקט אויס, עס איז אסאך ערגער ווי מען קענסט זיך נאר פארשטעלן...

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 7:41 pm
דורך גבאי
קריטיק אויף פובליק פיגורן איז אקעי, אבער די מהלך פון דעם אשכול קומט נישט נאך די ניווא פון קאווע שטיבל.