בלאט 1 פון 7

תקנה לדורות מיוחד לנשים

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:09 pm
דורך ידען
מארגען מיטוואך קומט פאר אין עטרת אברהם א מאסן פארזאמלונג פאר פרויען וואס מע גייט הערען דרשות פון פייער א קעגען?

טייטע (געפאסטע) קליידער?

אינטערנעט?

די מענער?

111 לי ?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:13 pm
דורך גנדי
קעגן די באנדע וואס טראגן באנדענעס?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:23 pm
דורך ידען
גנדי האט געשריבן:קעגן די באנדע וואס טראגן באנדענעס?

:)
אינטערעסאנט כאב נאכנישט געזעהן מע זאל מוחה זיין אויף עס.
סע אזוי ווי א טייטע טורבאן..

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:27 pm
דורך שמעקעדיג
עס שטייט אין "דער איד" אז אויסער די אינטערנעט, וועט אויך זיין א הכרזה אויף א געוויסע ענין פון צניעות.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:30 pm
דורך גנדי
ידען האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:קעגן די באנדע וואס טראגן באנדענעס?

:)
אינטערעסאנט כאב נאכנישט געזעהן מע זאל מוחה זיין אויף עס.
סע אזוי ווי א טייטע טורבאן..


די שמאָלע געפּאַסטע טיכלען...

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:52 pm
דורך בדחן
זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:16 pm
דורך דענקער
שמאלע געפאסטע טיכלען?
מ'וועט ח"ו ארויסזעהן די פארעם פון די קאפ!

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:39 pm
דורך גנדי
בדחן האט געשריבן:זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.


טאלאעראנץ מיינט: נישט פיזיקל שטערן יענעם, לאזן יענעם לעבן זיין לעבן און זאגן זיינע דרשות, אבער מען מעג מאכן ליצנות פון יענעמס פרומקייט.

נישט האבן טאלאעראנץ מיינט: אראפ רייסן פיזיקל יענמס עירוב. אפשטעלן פיזיקל און צוברעכן יענעמס באס וואס פארט צו א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן די ריפארמערס אין ארץ ישראל.

הער אויף מיט די קראקאדיל טרערן.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:54 pm
דורך בדחן
טאלאראנץ מיינט אייביג עפעס אנדערש, אויב גיבט איינער איבער שיטת רבינו זי״ע דאן שרייט מען אים אן אז ער האט נישט קיין טאלאראנץ פאר די וואס גיין נישט מיט די שיטה, אויב רופט מען אן קוק ביין נאמען מיינט עס אז מען האט נישט מיט - ולא תתרו אחרי עיניכם זו רב קוק - קיין טאלאראנץ, און אויב קריטיקרט מען די וואס קריטיקירען פרויען וואס גייען ערליך איז עס שוין א דריטע פשט וואס עסמיינט טאלעראנץ.

#טראכטען

-----
טרערען? אויב עס אינוואלד טרערען וואלט איך נאך דא געווען? אגב, פילסט זיך בעסער נאך שרייבען הער אויף מיט קראקעדיל טרערען?
אגב, איז דא א מאנגעל און סעלף קאנפידענץ אז די האסט עס געדארפט שרייבען כאטש עס איז נישט און פלאטץ?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:01 pm
דורך שמעקעדיג
בדחן טייערער, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל:
אמר ר' בנימין, הכל בחזקת סומין עד... מען נעמט א מעגניפייער און מען לייענט עס אדורך אויף אזא אופן. פארשטייסט וואס איך מיין ארויסצוברענגען? די ווערטער זענען דאך קלענער פון קליין, בבחינת ואנכי מה, די אויגן פאלן שיעור ארויס... ובא לציון גואל בב"א.
פארשטייסטו?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:10 pm
דורך בדחן
קריטיק פאר הנהלה נאר און אישי, בתקווה להבנה.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:21 pm
דורך נולד מאוחר
בדחן האט געשריבן:זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.

לאמיר פארגלייכן די קללות וואס מגייט דארט שענקן פאר די אלע וואס גייען נישט מיט זייערע פרומע מנהגים, צי די קללות וואס איז דא און דעם אשכול קעגן די פארפרומעט.
כבין נייגעריג וועלכע סווייטער פון טאלערנץ.
כ'האפ סזאל זיין א טובה פאר די גליובער נשמה. כבין נישט זיכער

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:22 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
בדחן, פאר א טשעיזנדש האסטו מיך געמאכט לאכן. א געוואלדיגע קאמבעק. :D ולהוסיף אז חאטש איך האלט זייער אנדערש פון דיר אין זייער אסאך זאכען, מיז איך זאגן אז גאר אסאך מאל שרייבסטו צו דער זאך פון דיין קוק ווינקל.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:25 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
בדחן האט געשריבן:זעט אויס אז טאלאעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע, און עס איז שווער פאר א טייל צו דערליידען אנדערע וואס האבן פרומערע השקפות.

די מיטינג איז וויאזוי משפיע זיין, ליין מאנס זיין, מקיים צו זיין זייערע פרומקייטן. לעומת זה, די חוזק דא איז פון די ווייטאג אז מען גייט אונז דאס מאנס זיין.
טאלעראנץ מיינט נישט טאלערירין דאס ווערן אונטערדריקט ביי יענעם. פארוואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין פאר דיר?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:29 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
שמעקעדיג האט געשריבן:בדחן טייערער, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל:
אמר ר' בנימין, הכל בחזקת סומין עד... מען נעמט א מעגניפייער און מען לייענט עס אדורך אויף אזא אופן. פארשטייסט וואס איך מיין ארויסצוברענגען? די ווערטער זענען דאך קלענער פון קליין, בבחינת ואנכי מה, די אויגן פאלן שיעור ארויס... ובא לציון גואל בב"א.
פארשטייסטו?

אדער מען ציטירט, און דאן ווערט אלעס שוין במראה ובקומה. דאן איז מען אויך מקיים דעם ובא לציון גואל, ע"י אמירת דבר בשם אמרו.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:38 pm
דורך שמעקעדיג
העי, האסט גע'הרג'עט די זאך!

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:40 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:העי, האסט גע'הרג'עט די זאך!

פיינעלי... דאס איז וואס איך טענה שוין פון אנפאנג אין דעם אשכול, עס איז נישט דא קיין טאלארענץ און מען הרג׳ט זיך ארום,

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:46 pm
דורך יואליש
ווער מאכט די תקנות? א ספעציפישע רב, רבנים אדער קהלה?

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:48 pm
דורך בדחן
אינעם לאגא שטייט עפעס אדמו״ר שליט״א עס איז זייער נישט קלאר, עס זעט מיר אויס ווי עס שטייט ע״פ הוראות כ״ק אדמו״ר שליט״א.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:17 am
דורך גנדי
בדחן האט געשריבן:אינעם לאגא שטייט עפעס אדמו״ר שליט״א עס איז זייער נישט קלאר, עס זעט מיר אויס ווי עס שטייט ע״פ הוראות כ״ק אדמו״ר שליט״א.


בארג דעם מעגניפייער...

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:12 am
דורך ידען
.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:17 am
דורך נולד מאוחר
סהאט ציטאן בעיקר מיט טעכנעלאגיע.
סיטי פיעלד איז געווען נאר פאר מענער מיטן חשבון אז זיי זענען בלבית אין שטוב. זעט אויס סגעווען א טעות.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:51 am
דורך גנדי
נולד מאוחר האט געשריבן:סהאט ציטאן בעיקר מיט טעכנעלאגיע.
סיטי פיעלד איז געווען נאר פאר מענער מיטן חשבון אז זיי זענען בלבית אין שטוב. זעט אויס סגעווען א טעות.


גייען זיי רעדן קעגן זעפפאס?

קען איך שוין רעדן צו מיין אינוועסטירערס וועגן עפענען א פרויען שיך סטאר אין ווילי?