בלאט 1 פון 1
אורחינו הדגול הגיע לביקור קצר
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:06 am
דורך ידען
יעדע פאר וואכען איז דא אין די דבר יום ביומו און די גוט מארגן אז סע קומט א צדיק פאר א קורצע צייט און דער עולם וואס ווארט אזוי שטארק וועט קענען אריין צו א ברכה.
סע דא וואס קומען כמעט יעדע פאר וואכען אהער אז סע זעהט אויס אז זיי זענען דא מער ווי זיי זענען אין זייער לאנד (ארץ ישראל געווענטלעך).
מן הסתם זענען דא אויכעט וואס ווילן וויסן וועגען ווען די ערלעכע אידען קומען, וועלעך שרייבען יעדע מאל מע האט די זכי' אז א ערלעכע איד קומט, און ווער סע קען יענעם און ווייסט מער וועגען איהם זאל שרייבען.
די ערשטע וואס האט מיך געמאכט שרייבען יעצט איז הרה"ג ר' שמעון גלאי שליט"א וואס איז יעצט געקומען פאר א זמן קצר.
איך זעה זיין נאמען יעדע פאר וואכין, און איך מיין אז מע קען איהם שוין מאכען א שול פאר איהם.
ווער איז ער? כאב געזעהן אז ער איז א דיין אין בני ברק.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:08 am
דורך ידען
כאב פארגעסען נאך א זאך.
ביי rccs האט ר' שמעון גלאי שליט"א געזאגט תהילים ביי די
מעמד נורא בוקע רקיעים
אז מע שרייבט שוין וועגען עס, וואס איז דארט געווען ביי די מעמד נורא?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:25 am
דורך אבי גערעדט
ר' יונה לייב לעבל (בקי נפלה בחכמת היד והפרצוף. קרעדיט: קול מבשר) אין ר' שמואל ארי' עקשטיין, גייען זיין דא שטענדיגע אנגעלייגטע געסט אין דעם אשכול
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:24 am
דורך געפילטע פיש
ציון מנחם עניוואן? נעתר לבקשתנו לבקר בעירנו, איך וויל וויסן ווער איז דער שטענדיגער מבקש וואס לאדענט איין די אלע געלט גייציגע מקובלים. זייער מידת הוויתור איז עפעס אויזערגעווענליך, זיי זענען נעתר לבקשת עירנו יעדע פאר וואכן, איך בין זיכער ס'קאסט זיי אפ ממון ודמים אהערצוקומען יעדע פאר וואכן.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:36 am
דורך ידען
איך בין יעצט שאקט אז ר' יונה לייב לעבל שליט"א איז נישט געזונט געווארען און האט אונז איבער געלאזט.
אבער מע דארף נישט זיך דערשרעקען ווייל ער זאגט צו אז ער וועט צוריק קומען צו די בקשה פון די חסידים ווען ער וועט זיין אויסגעהיילט..
ר' יונה לייב בן?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:47 am
דורך דולה ומשקה
לעצטנס האט דער רבי יונה לייבל באקומען א קאמפעטישען דער "אוהב ישראל אמיתי" שנעעבאלג, דער ווערעצקי רבי פון בני ברק, איז זיינע אדווערטייזמענט שרייבט ער אז זיינע ברכות און הבטחות ווערן מקיום בדוק ומנוסה, ער איז דישט פאטיקעלער ער טוט שלום בית, רפואות וישועות, זיוויגים, פרנסה, וואס איהר ווילט קענט איהר באקומען ביי אים, ס'גוט צו וויסן אז אז סארט ילוד אשה וואס האט זיך ארויף געארבעט אזוי הויך דרייט זיך ציווישען אונז.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:35 am
דורך ודי למבין
רבינו שליט"א נעתר לבקשתינו ולא יבא על שבת קודש...
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:53 am
דורך היסטאריקער
דולה ומשקה האט געשריבן:לעצטנס האט דער רבי יונה לייבל באקומען א קאמפעטישען דער "אוהב ישראל אמיתי" שנעעבאלג, דער ווערעצקי רבי פון בני ברק, איז זיינע אדווערטייזמענט שרייבט ער אז זיינע ברכות און הבטחות ווערן מקיום בדוק ומנוסה, ער איז דישט פאטיקעלער ער טוט שלום בית, רפואות וישועות, זיוויגים, פרנסה, וואס איהר ווילט קענט איהר באקומען ביי אים, ס'גוט צו וויסן אז אז סארט ילוד אשה וואס האט זיך ארויף געארבעט אזוי הויך דרייט זיך ציווישען אונז.
ער שרייבט נאך אז ער איז זייער טרוד אין ארה״ק, דאך טוט ער א טובה און קומט, אבער ער נעמט אויף נאר ביי אפוינטמענט, האב איך אפילו נישט פראבירט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:54 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:ציון מנחם עניוואן? נעתר לבקשתנו לבקר בעירנו, איך וויל וויסן ווער איז דער שטענדיגער מבקש וואס לאדענט איין די אלע געלט גייציגע מקובלים. זייער מידת הוויתור איז עפעס אויזערגעווענליך, זיי זענען נעתר לבקשת עירנו יעדע פאר וואכן, איך בין זיכער ס'קאסט זיי אפ ממון ודמים אהערצוקומען יעדע פאר וואכן.
און אין זייער רוח הקודש און קונצן וועלכע זיי באווייזן דורך קבלה מעשית, זענען אויך דא גרויסע מפקפקים.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:לעצטנס האט דער רבי יונה לייבל באקומען א קאמפעטישען דער "אוהב ישראל אמיתי" שנעעבאלג, דער ווערעצקי רבי פון בני ברק, איז זיינע אדווערטייזמענט שרייבט ער אז זיינע ברכות און הבטחות ווערן מקיום בדוק ומנוסה, ער איז דישט פאטיקעלער ער טוט שלום בית, רפואות וישועות, זיוויגים, פרנסה, וואס איהר ווילט קענט איהר באקומען ביי אים, ס'גוט צו וויסן אז אז סארט ילוד אשה וואס האט זיך ארויף געארבעט אזוי הויך דרייט זיך ציווישען אונז.
ער איז א "דזשענעראל קאנטראקטאר".