בלאט 1 פון 1

זיי א מענטש!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:55 am
דורך Accountant
איידער איך הייב אן וויל איך מיך אנטשולדיגן אויב איינער וועט זיך פילן געטראפן פון מיינע ווערטער. איך מיין נישט חלילה לקנתר.

ס'קומט אויס פון צייט צו צייט אז חברים פון קאווע שטיבל פרעגן מיר פראגעס, דא אויפן פורום און אין פרייוואט, בנוגע אקאונטינג און ביזנעס. איך ענטפער זייער גערן לויט וויפעל מיין צייט ערלויבט.

במשך'ן דיעל'ן מיט אזויפיל מענטשן, דערזעה איך מיך מיט אזא פראבלעם, ס'איז דא מענטשן וואס זענען אומערצויגן, פשוטו כמשמעו. זיי קענען נישט דעם אלף בית פון מענטשליכקייט.

נעמטס פאר א דוגמא וואס ס'האט פאסירט לעצטע וואך. איינער פרעגט מיר א פראגע בנוגע זיין טעקס ריטערן, ס'איז געווען אביסעל קאפלעצירט, כ'האב מיך געמאכט אביסעל צייט און אים גענפערט (בדרך אגב, אראפשרייבן די זאכן אויף מאמע לשון נעמט אסאך לענגער ווי אויף ענגליש) דער פרעגער באקומט מיין ענטפער און פרעגט נאך אפאר פראגן, אזוי זענען מיר אנגעגאנגן פאר בערך א שעה. נאך מיין לעצטן תשובה, והילד אננו, איך באקום נישט פון אים קיין שום ריספאנס.

במשך אונזער שקלא וטריא האב איך אים גענטפערט 11 מאל. גלייבטס מיר, ווען ער קאלט ווען אן אקאונטענט וואלט ער געדארפט באצאלן טבין ותקלין פאר דעם.

וואס איך קען נישט פארשטיין איז אז דער פרעגער האט נישט דעם ביסל מענטשליכקייט, ער האט זיך קיין איין מאל נישט באדאנקט! קיין איין שכוח!

און ער איז נישט דער איינציגסטער. ס'איז יעצט געווען טעקס סיזאן און עטליכע האבן זיך געוואנדן מיט שאלות, און בערך האלב פון דיע האבן נישט פארשטאנען אז ווען איינער טוט דיר א טובה, זאגט מען: שכוח.

דאס זעלבע פאסירט אין פובליק. איינער פרעגט א פראגע, דער צווייטער ענטפערט, אבער דער שואל ווייסט זיך נישט צו באדאנקן אדער עט ליעסט געבן א לייק.

רעב איד: איינער האט זיך גענומען די צייט און מיה אייך צו ענטפערן, קומט אים נישט א דאנק?

איידער איר טראכט לכבוד עצמו אני דורש, גלייבטס מיר בנאמנות, איך לעב נישט פון קיין שכוחות. די באנק נעמט עס נישט אן און מיין ווייב'ס טשולענט וועט ווייטער זיין די געשמאקסטע טשולענט אויף דער וועלט (און כ'וועל מיך אי"ה ווייטער באדאנקען פאר איר יעדען שבת) מיט אדער אן דיין שכוח. איך זעה נאר דא א שטיקל טרענד. כ'וויל נישט מקטרק זיין, אבער ס'פעלט דא אביסעל אנושיות. ס'פאסירט כמעט נישט אין די דרויסענדיגע וועלט.

ס'גייט מיך גאנץ ווייניג אן פון ווי ס'נעמט זיך. איך ערווארט אז מ'וועט באשילדוגען דעם חינוך סיסטעם, די עלטערן, אד"ג. אבער ערוואקסענע מענטשן זענען אליינס ריספאונסיבל אויף זייערע מעשים. די ביסט שוין ארויס פונעם מאמע'ןס פארטוך, ביסט שוין א גדול, ביסט שוין אליינס פאראנטווארטלעך פאר דיין אויפגעפיראכטס.

בקיצור: זיי א מענטש!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:13 am
דורך מ גפני
שלום עליכם הער ACCOUNTANT, שכוח פארן מעורר זיין אויף דעם, בד"וו אקוראט די זעלבע זאך קען געזאגט ווערן אויף די אמעריקאנע מדה מגונה פון אריין באמפען אין איינעם און נישט זאגן סארי/אנטשולדיג

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:24 am
דורך [NAMELESS]
אויב האסט מיך געמיינט אין מיין אקאונטינג אשכול להוי ידוע אז איך בין זייער מקפיד צו דאנקען און צו לייק'ן יעדער וואס ענטפערט עפעס וואס איך פרעג. נאר דיין ענטפער איז געקימען א טאג שפעטער און איך בין נשיט געוועהן אריינגעסיינט בשעת מעשה צו קענען לייק'ן אדער זאגן ישר כח, און איך האב אינזין געהאט עס צו טוהן נעקסטע מאל וואס איך בין אריינגעסיינט.
א גרויסען ישר כח פאר דיין וויליגקייט צו העלפען מענטשן!!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:39 am
דורך Accountant
גפני, ס'איז א חילוק צווישן זיך נישט אנטשולדיגן און זיך נישט באדאנקן פאר א טובה. ווען איינער באמפט אריין אונעם צווייטן, וויל ער זיך אפטראגען פון דארט ווי שנעלער, ער פילט שלעכט און ער פראבירט צו עקטן ווי גלייך ער האט אפילו נישט געכאפט וואס ער ער האט נארוואס געטוהן (נישט אז איך בארעכטיג עס, אבער ס'איז הומען נעיטשער) משא"כ זיך נישט באדאנקן האט נישט קיין שום סיבה אויף דער וועלט, זאגן שכוח קאסט נישט גארנישט!

טייערער ראשעקאל, איך האב נישט געמיינט אייך פערזענדליך. כ'האב נישט געמיינט קיינעם פערזענדליך. ווי מיין רבי אין חדר פלעגט זאגען: איך מיין נישט קיינעם און איך מיין יעדעם.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:52 am
דורך טאמבל סאס
פשי. אוי האסטו עס גוט ארויסגעברעגט, בעסער קען נישט זיין.
לכו ונשובה.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 10:52 am
דורך שמעקעדיג
אוי ווי גערעכט דו ביסט!

עס קען אריינגיין אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=24&t=1362

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:16 pm
דורך אוי טאטי
און איך האב געמיינט אז נאר אין אקאונטינג ביזטו גוט..

שכח! אסאך אינגעלייט וועלן האבן נוצן פון דעם. (אויב האבן זיי שכל..)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:22 pm
דורך ניעק
I have nothing from the thank u they need to PAY or buy your service at least 1 time or refer somebody to u

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:45 am
דורך נולד מאוחר
כהאב מיר אביסעל דעשראקן כגעדענק כהאב געפרעגט אונדזער עקאנטענט א שאלה בערך א האלבע יאר ציריק. כהאב אפיר געזוכט אין אישי. זע איך אז כהאב עם שיין באדאנקט, און איך זע אן אינטערסאנטער זאך פאר דער אקאנטענט הייבט אן זיין ענטפער אויף מיין שאלה שרייבט ער מיר ''א דאנק פאר דיין דאנק!''
ער איז א נאה דורש ונאה מקיים.