פארוואס איז מיין אשכול אזוי קליין? צען טיפס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4267
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3680 מאל

פארוואס איז מיין אשכול אזוי קליין? צען טיפס!

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו עפענען א אשכול. איינס איז ווייל דו האסט למשל עפעס א גוטס אין בויך, און דו שפירסט אז ס'וועט זיין א טובה פאר'ן ציבור (און פאר דיך (יחצאל) ) זאלסט עס מיטטיילן מיטן עולם. אפגעזען וואס די עולם האט צו רעאגירן דערויף. די צווייטע אופן איז ווען דו האסט א געוויסע ענין וואס דו ווילסט פשוט אויסשמועסן מיטן עולם, און הערן יעדנ'ס מיינונג אויף דעם.

ביים ערשטן פאל, וועסטו געווענליך דארפן א גענוג גוטע ענין וואס צו באשרייבן און שטעלן א זאפטיגע הודעה ביים עפענונג פונעם אשכול. ווייל אנדערש האט דאך עס נישט קיין פנים. קענסט עס שוין ענדישער אריינלייגן אין "האסטו געוואוסט" אשכול. און אויב איז עס א געשמאקע זאך וועסטו באקומען אפאר געזונטע לייק'ס, אפשר אויך א תגובה צוויי, און געוואלדיג. ציהל ערגענצט.
ביים צווייטן פאל, אה. דא פאנגט אן ווערן אביסל טריקי. ווייל דו מוזט נישט האבן אזא לאנגע הודעה אין אנפאנג וואס זאל אליין אנטהאלטן אזויפיהל קוואליטעט. נאר דא איז עס מער געוואנדן אין וויפיל די אנדערע לייענער וועלן אנטייל נעמען אינעם שמועס, און אדורכטוהן די זאך. און ביסט דאך א בשר ודם, אלזא דארפסטו דאך אויך דעם טעם פון אנערקענונג און אטענשאן. ווי אויך די הנאה פון פירות וואס דיין ארבעט ברענגט. דערפאר איז דיר גאנץ א געשמאקע פיהלינג ווי מער בלעטער די אשכול ציהט זיך, און ווי מער די אשכול ווערט קאמפליצירט און פארצווייגט די מער הנאה ברענגט עס דיר, אז דו האסט אויפגעטוהן. דו פיהלסט אז דו האסט ארויפגעברענגט א טעמע מיט אסאך צדדים, שיטות, און דעות. (זייטן, מיינונגען, און געדאנקען) און די מעמבערס האבן עס גוט אויסגעקנאטן און אדורכגעארבעט, און האפענטליך זיך אויסגעקלארט דערין. כדי א אשכול זאל אבער מאכן שטארקע פארשריט לוינט זיך אריינצונעמען אפאר געזונטע כללים אין קאפ.

יעצט לאמיך אייך געבן אפאר עצות און טיפס וואס איר דארפט נעמען אין באטראכט איידערן עפענען אזא געהענגל.

1) טראכט פון א גוטע טאפיק וואס איז אקטועל אויפ'ן יעצטיגן צייט, און וואס וועט אינטרעסירן די לייענער.
2) פרוביר אריינצולייגן אביסל מער צייט און קאפ אינעם ערשטן הודעה אזוי אז ס'זאל מאכן א פנים און זיין אינטרעסאנט, פאר די לייענער.
3) זע ווי ווייט צו באהאלטן דיין אגענדע, אויב האסטו איינס, ווייל דאס וועט פארקלאפן דעם אפעטיט פון געוויסע, זיך צו באציען ערנסטערהייט צו דיינע ווערטער.
4) זע חשוב צו האלטן די סענטימענטן פון די מערהייט פון קאווע שטיבל מיטגלידער, כדי זיך נישט איינצוקויפן א רעפוטאציע פון א קריגער און עמיצער וואס זוכט סתם אונטערצוהייצן די געמיטער.
5) אויב למשל האסטו אנגענומען א געוויסע שטעלונג לגבי דעם נושא, אבער דו זעהסט אין לויף פונעם אשכול אז קלוגע אידן האבן בטוב טעם ודעת אויסגעארבעט די זאך און צוגעקומען צו א מסקנא (אפילו עס איז נישט ענדגילטיג) וואס איז אנדערש פון וואס דו האלטסט. זאלסטו נישט פרובירן נאכאלץ צו גיין בלינדערהייט און מיט אלע כוחות קעמפן פאר דיין ארגינעלע אייגענע פון פריער באשטימטע שיטה.
6) מיט דעם וואס דו האסט געעפנט דעם אשכול ווערסטו נאך נישט בעל הבית דערויף. דעריבער ווער נישט באליידיגט, און נעם נישט אן יעדעס ווארט וואס סאונד שטעכעדיג אדער שארף, ווי כאילו פרעזענדליך געציהלט קעגן דיר.

7) דארפסט נישט יעדע וויילע צוריקגיין קוקן אויב עמיצער האט שוין צוגעשריבן עפעס אדער נישט, און וויפיהל לייקס האסט באקומען אויפ'ן ערשטן תגובה. די לייקס און הודעות ווענדן זיך סייווי נישט אין דיין קוקן. אומזינסט די עסעניש. פריער אדער שפעטער וועט עס במילא טרעפן דאס פלאץ דארט ווי אלע אשכולות קומען אן. "אין אפגרונט".
8)אלס פותח האשכול, מיינט דאס נאכנישט אז יעדע ענדליכע נושא וואס דו וועסט באגעגענען רעדן דערפון די קומענדיגע וואך אין אנדערע אשכולות, מוז געלינקט ווערן צו יענעם (דיין) אשכול, וואס "פערצופאל" האסטו אדער גרונם טאקע דעם זעלבן בחינה דערמאנט דארט.. פשיהא! אזא גדולה, ברוך שכוונת.
9) לייג נישט קיין סאך געוויכט אויף די נומער פון ציפיות אינדרויסן פונעם אשכול, ווייל א גרויס חלק האט איר אליינס געמאכט.
10) און יעצט צום לעצט א גאר ווייטאגליכע פוינט וואס באדערט מיר און כ'וועל עס אויסשרייען הויך
"ר' איד! ווייז כאטש דאס מינימאלסטע אינטערעסע אין אייער אייגן אשכול, ווען דו הייבסט אן א אשכול, זאל עס זיין אפילו מיט א לענגערע הודעה. אויב אבער געסטו א פיץ אפ, און מען הערט נישט מער פון דיר, וואו קענסטו פארלאנגען אז די אשכול זאל לעבן. שרייבסט אפ איין תגובה'לע און דו איגנארירסט טאטאל די פאלגענדע רעאגירער ווי כאילו נישט דיר מיינט מען בכלל??"

ס'איז אזוי ווי א גאט וואס באשאפט א וועלט און וואקט זיך אוועק דערפון.
ס'איז אזוי א איד'ל וואס זאגט פאר צוועלעף ברודער, זאלן זיך ווייטער באצאלן דעם טויזנטער חוב איינער פאר'ן צווייטן, יעדן מאנאט פון יאר, אין א ענדלאזע צירקול, וויבאלד ער ברויך אוועקפארן אין די מרחקים.
און יעצט וועל איך צוענדיגן מיט א גוט ווארט וואס כ'האב געזען פון עמיצן דא לעצטנס. "כ'מיין נישט קיינעם.. אבער דא נעמט עס א טוויסט.. כ'מיין איינעם!.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר