בלאט 1 פון 1
פרעזידענט בוש 43'ס איידעם, א בנש''ק????
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:55 am
דורך דעתי הענייה
עס איז געווען אין די נייעס די וואך, אז Jenna Bush טאכטער פון פרעזידענט בוש 43, מיט איר מאן Henry Hagar האבן געהאט א קינד, מזל טוב.
אויפן ערשטען בליק האט מיר די נאמען 'האגער' אנגעצונדען א לעמפעל, און נאך א גוגל סוירטש זעה איך אז ער איז טאקע א איד.
אבער נאך מער פון דעם, זעה איך היינט אויף טוויטער, אז ער איז נישט מער און נישט ווייניגער טאקע פון די באקאנטע האגער משפחה, א וויזניצער אייניקל!!
בין איך נייגעריג צו איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן, און אויב יא, פון וועם ער ציהט זיין יחוס...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:14 am
דורך לעמיל
קרעמער בזמנו האט עס הערליך באשריבן אין
אייוועלט לייענט און האט הנאה!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:19 am
דורך דעתי הענייה
איך האב נישט געשטעלט דעם אשכול אין צימעס פאר א סיבה.
ער רעדט נישט אויב דאס איז יא אדער נישט אמת, איך וויל וויסן צו איינער ווייסט צו ער איז טאקע פון די וויזניצע משפחה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:14 pm
דורך ודי למבין
ער איז שוין דורות ארויף אין אמעריקא, עיין ויקפידיא וכו', שווער צוגלייבן אז זיי זענען פון די משפחה, און לכאורה איז דאס אפילו נישט אמת אז ער איז א יוד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:15 pm
דורך פיקציע
ודי למבין האט געשריבן:ער איז שוין דורות ארויף אין אמעריקא, עיין ויקפידיא וכו', שווער צוגלייבן אז זיי זענען פון די משפחה, און לכאורה איז דאס אפילו נישט אמת אז ער איז א יוד
איך האב גראדע געזוכט אויף ויקי אבער נישט געטראפן. אפשר וואלט אייך מעגליך געווען צו לינקן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:24 pm
דורך ודי למבין
מען דארף זיכן ווי א חוקר יחוס זיכט, מען זיכט ווער זיין טאטע איז (א לוטענעט גאווענער אין ווירג'ניה) זיין טאטע (א אנפירער פון א טאבאק קאמפעני) און אזוי למעלה בקודש, מעגוגל'ט יעדע נאמען וכו' וכו'
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:25 pm
דורך דעתי הענייה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:32 pm
דורך פיקציע
ודי למבין האט געשריבן:מען דארף זיכן ווי א חוקר יחוס זיכט, מען זיכט ווער זיין טאטע איז (א לוטענעט גאווענער אין ווירג'ניה) זיין טאטע (א אנפירער פון א טאבאק קאמפעני) און אזוי למעלה בקודש, מעגוגל'ט יעדע נאמען וכו' וכו'
איך האב דאס טאקע געטאן, אבער פון דיינע ווערטער
ודי למבין האט געשריבן: עיין ויקפידיא וכו',
האב איך פארשטאנען אז עס איז יא דא א בלאט אויף אים, זעט אויס אז איך האב נישט אויפגעפאסט די "וכו'".
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:32 pm
דורך בדחן
בשעתו האט מען געשמיעס אז זיין מאמע איז נישט קיין איד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:34 pm
דורך פיקציע
דעתי הענייה האט געשריבן:ער איז א
איד
לדעתי הענייה איז טשא טשא (אן קיין מקור) א שוואכער מראי מקום.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:39 pm
דורך דעתי הענייה
מאך א גוגל סוירטש, דאס איז פשוט געווען בהישג יד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
ודי למבין האט געשריבן:מען דארף זיכן ווי א חוקר יחוס זיכט, מען זיכט ווער זיין טאטע איז (א לוטענעט גאווענער אין ווירג'ניה) זיין טאטע (א אנפירער פון א טאבאק קאמפעני) און אזוי למעלה בקודש, מעגוגל'ט יעדע נאמען וכו' וכו'
אפשר האט ער געהאט אן עלטער זעידע וואס האט עולה געווען קיין אמעריקע פון די מארמאראש?