חברה הצלה ד'ווילאמסבורג צייטונג

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

חברה הצלה ד'ווילאמסבורג צייטונג

שליחה דורך לעמיל »

אנדרעש ווי יעדע יאר וואס חברה הצלה מאכט א איווענט דאנערשטיג פאר די מענער און זונטאג פאר די פרויען מאכען זיי נישט דאס יאר פאר די מענער און זיי זענען ארויס געקומען מיט א צייטונג וואס ביישרייבט חברה הצלה פון איר סאמע אונהייב, ווי איך הער איז דא אסאך טייפסעטינג מיסטעיקס אבער די תוכן איז אויסטערליש גוט.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ווער האט דאס דעזיינט / געשריבן? קען עס איינער ביטע ארויפלייגן?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

דעזיינט מיין איך איז דורך טעסלער איך מיין מ'האט שוין ערגעץ גערעדט פון אים
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

די חומר פון די אינטערוויוס איז אויסנאם רייך.
די לעיאוט פון די ראפעלס איז א דורכפאל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

פארדעים גיבען זיי ארויס א בוך מיט די ראפעלס וועט זיין און אלע צייטונגען
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

די אינטערוויוס זענען אויסנאם אינפארמאטיוו, די 3 קאארדיעניטארס נעמען דיך ממש אויף א רייד מ'זאל וויסן וויפיל בלוט און שוייץ ליגט אונטער הצלה יעדן שעה פון טאג, און גארנישט פאסירט נישט אויטאמאטיש.
ווען זיי פארציילן איבער פסיכיאלאגישע הילף איז עס ממש הארץ רייסענד, מ'זעט ווי זיי ציילן די ווערטער נישט צו זאגן עפעס איבעריג וואס פעלט נישט אויס.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: חברה הצלה ד'ווילאמסבורג צייטונג

שליחה דורך ל.רוזן »

דא קען מען זעהן די צייטונג
http://www.classicimageny.com/hatzolah/ ... index.html

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

פארוואס ביי מיין טיר האב איך עס נישט געזען?
אלעס מיט א שמייכל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב עס אויך נישט באקימען
די גאנצע זאך איז אין ענגליש??
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ניין האלב איז אידיש און האלב ענגליש
דעיס איז די אידישע
https://docs.google.com/file/d/0BwJ1s68 ... edit?pli=1
קרעדיט קנאפער ידען אייוועלט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

לעמיל האט געשריבן:אנדרעש ווי יעדע יאר וואס חברה הצלה מאכט א איווענט דאנערשטיג פאר די מענער און זונטאג פאר די פרויען מאכען זיי נישט דאס יאר פאר די מענער

פארוואס טאקע נישט? האט מען נישט געמאכט קיין געלט אדער ס'איז נישט געווען קיין מענטשן די פארגאנגענע יארן

דאס יא, ווי איך דענק אמאל פלעגט ר' ארי' לייב גלאנץ שרייען אפאר שעה אין די אינטערשטע זאל פון ראוז קעסטל איבער די גורלות, קאן זיין אז ער איז נישטא איז עס נישטא...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

עס האט געמאכט מער שאדען ווי די געלט וואס עס האט אריין געברעינגט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שאדן???
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קוק וואס גרויזאמער האט פאר א יאר געשריבען און אייועלט וועסטו בעסער פארשטיין
גרויזאמער און אייוועלט האט געשריבן:מיין יעצטיגע בריוו איז "נישט געוואנדן" צו די צענדליגע געטרייע אינגעלייט וועלכע וואלונטירן זייערע טייערע צייט און כח צו ראטעווען אחינו בני ישראל בעזהשי"ת מחיים למות ממש טאג טעגליך. (גרופע א')

מיין יעצטיגע בריוו איז אבער יא געוואנדן צו אייך טייערע אינגעלייט און נשים צדקניות וועלכע וואלונטירן זייערע טייערע צייט און כח אריינצוברענגען די נויטיגע פאנדן אז די אויבנדערמאנטע אינגעלייט זאלן קענען אנגיין מיט זייער עבודת הקודש אומגעשטערט. (גרופע ב')

הצלה איז א זאך וועלכע מען קען זאגן אז ממש קיין איין משפחה פון די צענדליגער טויזנטער וויליאמסבורגער איינוואוינער קען נישט זאגן "איך האב נאך קיינמאל נישט גענוצט הצלה", יעדער ווייסט וואס דאס איז, גאר אסאך היימישע אנשי שלומינו וועלכע דרייען זיך אין וויליאמסבורג געזונט און פריש איז צו פארדאנקען די סייעתא דשמיא פון די ריכטיגע שלוחים צו ראטעווען זייערע לעבנס - די גרופע א' פון הצלה וואלונטירן.

כדי אז גרופע א' זאלן קענען פולשטענדיג מצליח זיין מיט זייער הייליגע ארבעט, פעלט זיך אויס "אסאך געלט", לויט ווי איך בין אינפארמירט. על כל פנים עס טאר נישט זיין קיין שום טעכנאלאגיע, קיין שום אפאראט, וואס קען בצל ספק ראטעווען א אידיש נפש, און גרופע א' פון חברה הצלה זאל דאס נישט פארמאגן בלויז צוליב די פראבלעם פון געלט.

חשוב'ע וואלונטירן פון גרופע ב', איר האט גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו שאפן די נויטיגע פאנדן צו ראטעווען אידן במלוא מובן המילה, אבער איך מוז אייך זאגן אז לויט ווי איך קוק עס אן טוט איר ווייט ווייט אוועקגיין פון אייער אויפגאבע. אנשטאט אריינברענגען געלט פאר "אונזער" חברה הצלה, וואס דארף האבן געלט כדי "אונז" צו העלפן, - און אונז מיינט איך און דו, און יעדע וויליאמסבורגער איינוואוינער - פאטשקעט איר ארום מיט אייער אויפגאבע, איר לאזט ארויס קלארע געלעגנהייטן אריינצוברענגען שווערע טויזנטער דאלארען!

און אלץ וויליאמסבורגער איינוואוינער וואס האט שוין נישט איינמאל געדארפט נוצן חברה הצלה, קען איך נישט שטיין גלייכגילטיג, ווען איך זעה אז חברה הצלה פארלירט געלט, און דאס קען גיין אויפן חשבון פון ראטעווען אידן!!!


*


כלפי מה דברים אמורים?

לאמיך אייך פארציילן מיין פריוואטע ערפארונג מיט די היי-יעריגע הצלה קאמפיין, - די א.ג. טשייניז אוקשען פאר מענער און פאר פרויען.

איך בין נאך קיין איין יאר נישט געווען ביי די הצלה טשייניז אוקשען פאר מענער, איך האב אייביג געהאט א פילינג אז דאס איז נישט פאר מיר, אבער זעהנדיג אז מיין בני בית קומט אויך נישט אן אייביג צו גיין, האב איך ביים לעצטן הצלה אפיעל אפגעמאכט אז איך געב שוין סייווי דאס געלט, לאמיך עפעס צוריק פארדינען פירותיהם בעולם הזה. איך וועל נישט געבן ביים אפיעל, איך וועל געבן מיינע 200 דאלער ביים קומענדיגן טשייניז אוקשען, וועל איך שוין אריינגיין אין די אלע ווערדפולע גורלות אויך.

די הצלה אפיעל איז געוען בערך א האלבע יאר צוריק, (איך געדענק נישט פונקטליך). איך בין געווען זיכער אז ביים הצלה מסיבה פאר מענער וועל איך געבן די 200 דאלער, און מן הסתם, אזויווי ביי יעדע סוקסעספולע דינער, וועל איך באקומען א ווארימע געפיל, און נאך מוסיף זיין אויך, געוואנדן ווי גוט די רעדנערס וועלן מצליח זיין מיך אויפצוואכן.

די הצלה אווענט פאר מענער איז געווען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, איך האב מודיע געווען פאר מיין ווייב אז היינט נאכט איז געווידמעט פאר חברה הצלה, איך וועל אהיימקומען שפעט.

יעצט לאחר המעשה שעם איך זיך פון זיך אליינס פון מיין נאיווקייט, אבער יא, איך האב געטראכט פשוט, איך וועל גיין פרי און אהיימקומען שפעט. ס'הייסט ביי בוני עולם טוה איך אויך אזוי אסאך מאל, און ביי RCCS אויך. מען "ספענד" א נאכט. מען האלט מיט די אינטערסאנטע פראגראם.

פארוואס איך האב געטראכט אזוי? וואס הייסט? אויפן דבר יום ביומו האב איך געזעהן אז עס גייט זיין א מעכטיגע פאנעל ווי מען גייט ארויסגעבן סודות פון חדר. טעלעפאן קאלס און אדווערטייזמענטס האב איך געזען איבעראל, אז עס קומט אזאנס און אזאלעכס. נו? זייט ווען דארף מען פרעגן אינפארמאציע אויף א חברה הצלה פראדוקט? אויף א שידוך פרעגט מען אינפארמאציע. אויב בוני עולם קען צושטעלן מעכטיגע מסיבות מיט א פראגראם זיך צו באלעקן די פינגער, קען דאך "מיין" - "אונזער" חברה הצלה על אחת כמה וכמה, דאס איז דאך די ריעל סטאף! וואס איז דען וויכטיגע ווי חברה הצלה? פון וואו דארף מיר בייפאלן אז כל השומע יצחק לי, און איך זאל זיך דארפן גוט נאכפרעגן פארדעם אין וואס איך גיי דא אריין?

איך האב אפגעענדיגט מיין טעגליכע שיעור אביסל פריער, 9:30, און זיך צוגעיאגט, נישט וואוסענדיג זיכער צו איך וועל נאך קענען כאפן א געהעריגע פלאץ. ביי בוני עולם ווען איך בין אנגעקומען 8:00 האב איך געמוזט ליידן בזיונות פאר די לוקסוס פון זיצן אויף א בענקל.

איך בין אנגעקומען אין ראוז קעסיל 9:45, איך קום אריין אין זאל, אונטן זעה איך אז עס טוט זיך מיט די טשייניז אוקשען. לאמיך ארויפגיין צום פראגראם.

איך גיי ארויף אויפן אויבערשטן שטאק, עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א בילד וואס איך האב פשוט נישט געגלייבט. איך זעה א אנגעפילטע זאל אן קיין טישן אבער מיט ליידיגע בענקלעך (בערך 1500 לויט א שנעלע שאצונג)!!! פון דא און דארט זעהט מען אפאר אידעלעך שמועסן, אין די זייט איז צוגעגרייט "האט פוד". שירה (צו המזמרים, סארי איך האב נישט באטראכט) זינגען שוין. אבער די זאל איז טאטאל ליידיג!

איך בין געשטאנען א מינוט אין א טאטאל שאק! איך האב זיך פראבירט צו דערמאנען צו איז דאס נאך א פאל פון "אנקומען בטעות צו אן אנדערע חתונה", איז נישט היינט די הצלה אווענט פאר מענער???

נישט טרעפנדיג איין איין באקאנטע, גיי איך צוריק אראפ אונטן, הו הא! דארט האב איך געטראפן די "פעסטע" חברה, ווייסע העמדלעך, ראדיאוס, בחורים "קלאפן א גוטס" מיט זייערע אינגעלייט חברים, צוויי פאליציי לייט זענען דארט געווען פארטיפט אין א טיפע שמועס מיט פינף אינגעלייט, קולות הערט זיך "ספליט די פאט ספליט די פאט", ראדיאו קוויטשקערייען פון חברה הצלה הערט זיך פון יעדע דריטע באטייליגטע, צו סקענערס צו עכטע ראדיאוס.

הםםםם.... עס ווערט אביסל קאמפליצירט. אויב רוב מענטשן דא זענען הצלה אדער שומרים מעמבערס פאר וועמען מאכט מען די אווענט? פאר וועמען שרייט מען ספליט די פאט? קען זיין אז זיי געבן די געלט און זיי לויפן אויף קאלס?

איך האב נישט געטראפן דארט קיינעם וועם איך קען פערזענליך, מיט אויפברויז בין איך אוועקגעגאנגען פון דארט, צוריק אין ביהמ"ד, אריינגעכאפט נאך א טיי אווענט ווי איך האב זיך באטייליגט מיט 30 דאלער. און איך האב געקלערט אז איך וועל קומען אביסל שפעטער.

ביני לביני, זוכנדיג צו פארשלעפן די צייט, איז געווארן 10:45, איר הערט? א קוואדער צו עלף! איך בין שוין זיכער שפעט. מיט איילעדיגע טריט גיי איך צוריק צום זאל, אה יעצט זעהט שוין אויס פונדערווייטנס אז עס טוט זיך דא.

האלטנדיג נאנט צום זאל טרעף איך חברינו היקר הי"ו (איינער וואס דרייט זיך דא), ער איז אויך אויפן וועג אהין, איך רעד זיך אויס פאר אים, און ער דערציילט מיט אביסל סודות פון חדר וואס איז פשט פון די "הצלה אווענט".

איך קום אריין, אונטן האט זיך געטון די זעלבע מצב ווי פריער, נאר מיט א דאפעלטע פארנעם.

גוט, איך וועל שוין געבן די געלט אויבן.

איך קום ארויף אויבן, יא, מען האלט שוין 11 אויפדערנאכט, אין די צייט וואס ביי א געווענליכע דינער האלט מען שוין ביי די "קלימאקסן", די עמאצינאלע מאמענטן פונעם פראגראם, און אויבן איז... צוגעטראפן, נישט ממש ליידיג, אבער 80 פראצענט ליידיג... און וואו האלט מען מיטן פראגראם? זילטש! אינערגעץ נישט, די פאדיום אויבנאן פארמאגט דריי שטענדערס מיט מייקס, קיינער רעדט נישט, קיינער זאגט נישט, נישטא קיין נפש חיה דארט וואס זאל לפחות זאגן "מען בעט דער עולם זאל אריינקומען נישט שטיין ביי די טיר", א שטילקייט הערשט, א גרויס חלק פון די וואס זענען יא דארט זענען געטרייע הצלה וואלונטירן, אנדערע זענען אדער אזאלכע "תמימות'דיגע" ווי מיר, אדער מענטשן מיט קאנעקשאנס.

טייערע וואלונטירן פון גרופע ב', אויב ווייסט איר נישט די סוף פון יענע נאכט וועל איך אייך זאגן, איך האב נישט געגעבן קיין פעני פאר חברה הצלה! נישט ווייל איך האב נישט געוואלט, נישט ווייל איך האב נישט געהאט, פשוט איך האב נישט געקענט! איך האב מיך נישט געקענט זעהן ארומגיין מיט די טשייניז אוקשען ביכעל און אויסקלויבן די גורלות אויף אז אופן, איך בין געווען טאטאל קאנפיוזד, צעמישט, רוף עס וויאזוי דו ווילסט. איך בין אוועק פון דארט אבל וחפוי ראש 11:15!

איידער איך גיי אריבער מיט מיין ערפארונג צו די פרויען אווענט וועלכע איז פארגעקומען א זונטאג דערויף, מוז איך זיך אפשטעלן.

חברה הצלה איז נישט קיין וויץ, די אינגעלייט פון גרופע א' זענען נישט עוסק אין הלכות לעלו, זיי זענען נישט קיין קינדער שפיל וועלכע עס ערלויבט זיך צו שפילן מיט זיי.

וויפיל איך עס האב עס איגנארירט פארדעם, האט זיך מיר בליל האווענט אנטפלעקט דאס אומגלויבליכע. מען נעמט די טפל שבטפלים, די -לאמיר עס רופן - לעלו חלק, דאס וואס הצלה מעמבערס מוזן פעסן לייטס, זיי מוזן זיך באניצן מיט סיירינס, זיי מוזן האבן ראדיאס, און דאס דארף צו "ציען" וויליאמסבורגער איינוואוינער צום דינער!

גרופע ב', וויפיל בריוון פארמאגט חברה הצלה פון אידן וועלכע זענען ניצול געווארן ממות לחיים? פון קינדער וועלכע וואלטן שוין היינט -פארשטייט זיך עפ"י דרך הטבע - נישט געהאט קיין טאטע!? חברה הצלה באהאנדלט טעגליך פעלער וואס לאזט זיך נישט גלייבן. וויפיל עמאציאנאליטעט, וויפיל אמת'דיגקייט ליגט אין די הייליגע עבודה פון גרופע א'!

מאכט עטץ אווענט ווי מען מארקעט די "לעלו" חלק פון חברה הצלה? מיט א ווידיאו ווי מען שפילט אויף הצלה'ס פליען און וויליאמסבורג גייט כאדאראם מיט א עקסידענט? און בשעת די אווענט אנשטאט מען זאל זעהן ערנסטע אנגעזעהנע אידן וועלכע האבן זיך "באנוצט" מיט הצלה, אנשטאט מען זאל זעהן עסקנים זיצן ביי טישלעך, אנשטאט מען זאל זעהן אינגעלייט ארומגיין מיט ענוועלאופס, אנשטאט מען זאל זעהן א אויבנאן פון רבנים ודיינים, אנשטאט מען זאל מאכן א פראגראם מיט פערזענליכע עדות'שאפטן, מיט עצות און טיפס אין שפיטאל וכדומה, זעט מען מענטשן וועלכע חלומ'ען פון ווערן א הצלה מעמבערס ווייל זיי דארפן א ראדיא?

ווער "באנוצט" זיך מיט הצלה? רוב וויליאמסבורג. ווער איז א הצלה מעמבער? הונדערט צוואנציג חשובע טייערע וואלונטירן פון וויליאמסבורג. נו, איר טראכט טאקע אז רוב וויליאמסבורג איז אינטערסירט וויפיל בלויע אדער רויטע לייטס א הצלה קאר פארמאגט? וואס עס מיינט 10-4 אדער "טראמא" אויפן הצלה ראדיא? עס איז א טפל שבטפלים, נישט די זאכן מאכן ביי אונז א הצלה מעמבער חשוב! אנטשולדיגט, העלאו?! מען רעדט דא פון ראטווען מענטשנ'ס לעבנס! וואו זענען די אלע ערנסטע אידן העכער די 60?

איר, גרופע ב', וואס איר זענט נאנט צו הצלה, ליגט אין די זאכן, איר דרייט זיך דאך נעבן הצלה, און איר קלערט אז דאס איז א "האט טאפיק", און וועגן דעם מאכט איר די טשייניז אוקשען אויף אזא מהלך. נאו וועי! נישט ביי אונז וויליאמסבורגער איינוואוינער, אונז אינטערסירט אז מיר זאלן וואוינען באקוועם און רואיג, וואוסענדיג אז על כל צרה שלא תבוא, ווען א קינד טשויקט זיך, איז אייביג עוועליבל איינער! און מיר זענען גרייט צו געבן געלט דערפאר מער ווי פאר סיי וואס! מיר זענען נישט גרייט צו געבן געלט פאר א לעלו מוסד! - אזא וואס איר פראבירט אראפצולייגן!

*

מיט פארדרוס אבער מיט טיפע רחמנות אויף אזא קאמפיין האב איך געבעטן מיין ווייב זאל גיין זונטאג נאכט צום פרויען אווענט. איך בין אהיימגעקומען פריער, און זי האט זיך געאיילט מיט א פריינדין, מען גייט צום טשייניז אוקשען. 10 אזייגער איז זי געווען אינדרויסן.

טייערע גרופע ב', איך שפיר זייער שלעכט פאר אייך. מיין ציל איז ווייט ווייט פון אייך אראפרייסן, עס איז מער די תכלית, איר זאלט זיך אונטערשארצן די ארבל און שאפן געלט פאר חברה הצלה.

וויפיל איך בין געווען אויפגעברויזט, איז מיין בני בית דאפעלט געווען...

עס איז שוין א כלי שני, איך בין נישט דארט געווען ממילא קען איך נישט אראפשרייבן אלעס אזוי דעטאלירט. אבער דאס בילד וואס האט זיך מיר ארויסגעשטעלט איז:

די פראגראם האט זיך נישט אנגעפאנגען פאר 11:00.

11:00 האט זיך אנגעהויבן א "האנארי"טעט, מען האט זיך גענומען צו האנארען פרויען, א זאך וואס אינטערסירט גאר ווייניג פאר פרויען 11:00 ביינאכט. יא די נאנטע צו הצלה אינטערסירט עס לכאורה יא. אבער רוב פרויען נישט. דאס באלאנגט צו מאכן 7:00. נישט עלעווע אזייגער ביינאכט!

און יא, אונטן ביי די טשייניז אוקשען האט זיך ארויסגעשטעלט בערך די זעלבע בילד ווי אויבן. הויכע "מענער" האבן קאנטראלירט די פרויען, "אוועקגעשיצט" אינגע מיידלעך און מאמעס וועלכע האבן נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען.

ווען עס האט זיך ענדליך אנגעהויבן די לאאאאנג ערווארטעטע "סליידס" בערך 12 אזייגער (חצות הלילה!), איז שוין די אויבערשטע זאל געווען פול געפאקט מקצה אל הקצה. נישט מעגליך געווען זיך אויפצושטעלן און זיך רירן.

וואס פונקטליך מען האט געוויזן ביי די סליידס האב איך נישט געקענט ארויסבאקומען פון מיין ווייב. אבער זי איז געווען טאטאל דיסעפוינטעד, און איינע פון מיינע שוועגערינס האט קלאר געזאגט פאר איר טאכטער "נישט" צו גיין צום מארגנדיגע טאג פון חברה הצלה פאר מיידלעך לכבוד דעם. איך רעד נישט די רוחניותדיגע חלק, איך רעד פשוט פון די מהלך, די טעיסט. הויכע באמבאסטישע דראמען האט זיך געהערט אינעם זאל, און די סליידס אליין איז געווען עפעס א סטייל וואס איז שווער צו ערקלערן, נישט אראפצושלינגען נישט אויסצושפייען, נישט אינטערסאנט און נישט בארינג.

נו? האסטו געגעבן עפעס געלט? יא זאגט מיין ווייב, זי האט געגעבן א פופציגער, ווייל עס איז געווען אזוי "נויזי" און צומישט אז זי האט נישט געקענט אויסקלויבן מער.

*

ביי מיר אין קעשענע ליגט נאך אוועקגעלייגט א שיינע נתינה פאר חברה הצלה וואס ווארט פשוט איינער זאל עס קומען אפנעמען.

און צו אייך גרופע ב', ביטע!!!!! אויב קענסט איר נישט שאפן געלט פאר גרופע א', ביטע! געבט עס איבער פאר א צווייטן. עס איז גאנץ וויליאמסבורג'ס אינטערעסען אז חברה הצלה זאל האבן אוצרות מיט געלט, און אוצרות מיט טעכנאלאגיע. איר האט זיך אונטערגענומען צו שאפן די געלט, און דערווייל ליגט אוצרות מיט געלט וואס קומען נישט אן צו אייך!

פארוואס דארפן אלע מיינע חברים מיך אויסלאכן פון מיין "הוה אמינא" פון ספענדן א נאכט פאר חברה הצלה? הישמע כזאת??? דאס איז וואס איר טוט מיט גרופע א' וואלונטירן וועלכע שלאפן נישט קיין נעכט??? דאס קומט זיך זיי פארן ראטעווען כסדר לעבנס?

הכותב וחותם בצער ודמע.
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דעם שבת דורכגעליינט דעם צייטונג. די באשרייבונגן זענען להפליא, די קארדינעיטאר שמועס עולה על כולנה. א שאד נאר אז זיי האבן דאס נישט ארויסגעגעבן פאר א מענער פארטי, נאר פאר א נשים פארטי וואס פארשטייען גאנץ ווייניג צו אזא מייסטערהאפטע ווערק.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
פארשפארט