בלאט 1 פון 1

קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:28 am
דורך טאמבל סאס
איך האב אזא חקירה.
ווען מען טרעפט עמיצן וואס האט איבערגעלאזט אונזער גלויבן און געווארן למשל א אטעאיסט, אדער אגנאסטיק, שוין נאכדעם וואס ער האט געהאט תאוות און עובר געווען אויף די תורה אדער למשל נאכדעם וואס ער איז געווען אומצופרידן מיט די געזעצן און מצות וואס אונזער תורה באפעלט. איז דאס א באווייז אז ער איז באמת נישט אינגאנצן איבערצייגט געווארן אין זיין שיטה אהן טראגן א נגיעה דערמיט?
נאר וויבאלד ער וויל לעבן אהנע גילט (שולד געפיהלן) נעמט ער אהן א שיטה וואס גיט אים די רעכטן צו פירן אזא לעבן? אבער בעצם ווען ער זאגט מיינט ער עס נישט ערנסט טיף אינעווייניג, נאר ער פרובט זיך אליינס איינצורעדן אז ער גלייבט דערין?? (אדער זוכט נישט גענוג דעם עכטן אמת?)

אדער ניין. מ'קען זאגן אנדערש.
כ"ע מודי (דאס איז אמת), אז ווען מ'רעדט למשל פון א עכטן גוטן קאפ. א ת"ח עצום וואס האט יארן געהארעוועט און קען שוין אונזערע ראשונים און דענקער אויסנווענדיג, (א מדקדק בקלה כבחמורה לויטן שולחן ערוך) און דאן ווערט ער עקספאזד (אנטבלויזט) צו די פרעמדע פיליזאפיע אדער סייענס - און פארלירט די אמונה, אזא איינער איז זיכער באמת איבערצייגט אין זיין אטעאיזם אדער איגנאסטיציזם.

אבער אפילו אונזער ערשטער ביישפיל קען מען פארשטיין אנדערש.
ווען אלעס איז אים גוט געגאנגען אין לעבן. ער איז נישט געשטאנען פאר א פרשת דרכים. ער האט נישט געוואוסט פון קיין פרעמדע תאוות, און פון געוואוינהייט לייכט געהיטן די מצות מיט וועלכע ער איז אויפגעצויגן געווארן. האט ער זיך פשוט נישט אפגעשטעלט טראכטן, צו דאס וואס ער גלייבט איז יא ריכטיג אדער נישט. (פשוט ווייל רוב וועלט טראכט נישט) אבער ברגע עס האט אים געטראפן א דראסטישן ווענדפונקט אין לעבן, (למשל צוליב תאוות, עניות, פאליטיק, שלום בית אישוס, געזעלשאפט דערדריקונגען) האט ער זיך געזען שטיין אויף א פרשת דרכים, דארפענדיג מאכן א דעסיזשן וועלכע וועג אויסצוקלייבן, און ממילא האט ער זיך גענומען טראכטן, און טאקע יא! אליין צוגעקומען צום פוהלן איבערצייגונג אין זיינע נייע אדאפטירטע שיטות. ? (פארשטייט זיך נאכן צוקומען צו זיינע שיטות, ווערן די תאוות אויס עבירות. ס'איז פשוט א חלק פון די נאטור)

די חילוק וועט כאפן למשל, ווען לאמיר זאגן דו כאפסט א שמועס מיט אים, (חלילה) און דו זעסט אז ער רעדט דברים של טעם, צו דו זאלסט אים דן זיין תיכף און אפפסלען אויב איז ער פון אונזער ערשטע סארט, איי דאס וואס דו קענסט אים נישט פארענטפערן?!
נו נו.. דו ביסט דאך נישט דער גרעסטע חכם. סאו ער קען גוט ארומדרייען/אריינטייטשן און אויסדרייען סייענס/פיליזאפיע פאר זיין שיטה.