בלאט 1 פון 1

פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:18 am
דורך שמואל הלוי
אין א שפעטע נאכט שעה, אין איינע פון די ערב פסח טעג, בין איך מודיע פאר די בעל הבית'טע אז אין בעפארברייטונג צום כשר'ן די קיך, וועט זי נישט טארן נוצן די הייסע וואסער פונעם קראן במשך 24 שעה בעפארן כשר'ן.

זי קוקט מיר אן מיט צוויי צושרויפטע אויגן, וואס הייסט?

האב איך מקיים געווען דעם כה תאמר לבית יעקב, און מיט שיינע רייד איר עקלערט די איינצעלהייטן פון הלכות הגעלה, אבער היא בשלה, זי פארשטייט נאך אלס נישט...

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט? פרוביר איך צו קומען צום שורש פונעם פראבלעם.

ביז ענדליך האט זי געטראפן די ריכטיגע ווערטער מסביר צו זיין איר פראבלעם. ס'איז ממש נישט צום פארשטיין, מען גייט דאך אנגיסן די קאנטער'ס און די סינקס נישט מיט פלעינע הייסע וואסער, נאר מיט בריעדיגע קאכעדיגע וואסער, נו אויב אזוי איז דאך הייסע וואסער נאר א מעלה דא, ס'וועט דאך העלפן כשר'ן, פארוואס טאר מען פאר א גוט יאר נישט נוצן קיין הייסע וואסער 24 שעה פארן כשר'ן???

נישט לייכט איז מיר אנגעקומען איר צו ערקלערן קלאר און דייטליך, אבער סוף כל סוף איז עס מיר געלונגען, און איך האב בארייכערט איר חכמת נשים מיט נאך א הבנה'לע און ידיעה'לע וואס איך האף אז זי וועט דאס געדענקן ביז איבער א יאר, און איך וועל נישט ברויכן נאכאמאל פארנוצן אזויפיל שפייעכטס פאר אירעט-וועגן.


דאס איז בלויז איינס פון צענדליגע ביישפילן פארוואס פרויען טארן נישט לערנען.

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 1:27 am
דורך שמואל הלוי
יאנקל האט געשריבן:(אגב, פארוואס זאל זי נישט טארן נוצן די הייס וואסער פאר 24 שעה פאר׳ן כשר׳ן?)

פרעג נאר מיין ווייב, זי וועט דיר עס מסביר זיין מיט פולע באק-ציינער.

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:19 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:וואו זעסטו דא א סיבה אז פרויען זאלן נישט טארן לערנען? פארקערט, אויב וואלט זי געלערנט וואלטסטו נישט געדארפט ״פארנוצן אזויפיל שפייעכטס פאר אירעט-וועגן.״
(אגב, פארוואס זאל זי נישט טארן נוצן די הייס וואסער פאר 24 שעה פאר׳ן כשר׳ן?)

יאנקל איז גערעכט, ס'לאו דוקא אז שמואל הלוי איז צופיל קלוגער פונם ווייב זיינעם, דאס וואס זי האט נישט פארשטאנען דעם קאנסעפט פון בן יומו איז ווייל די מיידליך באנונז האבן קיינמאל נישט געלערנט די יסודות פון בשר וחלב, תערובת, וכדו' און אפילו אויב זיי לערנען יא עפעס הלכות בשר וחלב און שבת איז עס זייער אויבערפלעכליך פסקי הלכות וואס זיי פארגעסן נאך פארן גראדועישאן, ס'אום מעגליך צו געדענקען אזוי פיל פסקי הלכות נאמער האט מען נישט ארויס די בעקגראונד .
וויפיל מאל האט איר שוין מסביר געווען ס'ווייב אז ערב שבת נאכן קוגל מעג מען נאך אלץ טרונקען א קאווע אפילו מ'געמאכט די קוגל מיט א פליישיגע מעסער אין א פליישיגען אויבן און געשניטן די צוויבל מיט א פליישיג מעסער?

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:38 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:וויפיל מאל האט איר שוין מסביר געווען ס'ווייב אז ערב שבת נאכן קוגל מעג מען נאך אלץ טרונקען א קאווע אפילו מ'געמאכט די קוגל מיט א פליישיגע מעסער אין א פליישיגען אויבן און געשניטן די צוויבל מיט א פליישיג מעסער?

דג ממולא, חבל שלא יכולים לתת יותר מלייק אחד להודעה. אז הנה: :like :like :like :like

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:55 pm
דורך קול גדול
נשים זענען דאך דעתן קלות, דעריבער האבן די חכמים מורא געהאט אז זיי וועלן אויסנוצן זייער בינה יתרה צו טרעפן קולות און היתירים אזויווי ביי דעם פאל צו מעגן נוצן הייס וואסער.

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 1:25 am
דורך אךשמח
פרויען פלעגט מען אמאל יא לערנען די הלכות וואס זיי דארפן צו וויסן און זיכער וואס איז נוגע אין קיך. זיי האבן געקענט די הלכות פיל בעסער ווי די מענער.

עס איז נאר איינע פון די פילע דברים שצריכין תיקון.

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 1:50 am
דורך געפילטע פיש
אךשמח האט געשריבן:פרויען פלעגט מען אמאל יא לערנען די הלכות וואס זיי דארפן צו וויסן און זיכער וואס איז נוגע אין קיך. זיי האבן געקענט די הלכות פיל בעסער ווי די מענער.

עס איז נאר איינע פון די פילע דברים שצריכין תיקון.

ווי האט מען זיי דאס געלערנט? אין פאבליק סקול אדער אין צאנה וראנה?

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 9:59 pm
דורך משה געציל
וויפיל מאל האט איהר שוין מסביר געווען אינדערהיים אז חוץ די צווייטע טעג פסח זאגט מען אייביג שהחיינו ביי לעכט צינדען? ווען עס קומט למעשה געדענקען זיי? א פייג! , טא איז דען נישט פיהל בעסער אז אין די צייט זאהלען זיי זיין פארנומען מיטען מאכען א גוטען קוגעל?

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:14 pm
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:וויפיל מאל האט איהר שוין מסביר געווען אינדערהיים אז חוץ די צווייטע טעג פסח זאגט מען אייביג שהחיינו ביי לעכט צינדען? ווען עס קומט למעשה געדענקען זיי? א פייג! , טא איז דען נישט פיהל בעסער אז אין די צייט זאהלען זיי זיין פארנומען מיטען מאכען א גוטען קוגעל?

פראביר'זע מסביר'ן מיטן טעם, פארוואס'זע איז פסח פארענדערט געווארן פון אלע אנדערע יונטעוו'ס פון אגאנץ יאר, אז די צווייטע טעג פסח איז די איינציגסטע יום טוב וואס איז נישט קיין נייע יום טוב, משא"כ שמיני עצרת זאגט מען שמיני עצרת החג הזה, אפשר אזוי וועט עס אריינגיין.

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:18 pm
דורך לאדיך אפ
משה געציל האט געשריבן:וויפיל מאל האט איהר שוין מסביר געווען אינדערהיים אז חוץ די צווייטע טעג פסח זאגט מען אייביג שהחיינו ביי לעכט צינדען? ווען עס קומט למעשה געדענקען זיי? א פייג! , טא איז דען נישט פיהל בעסער אז אין די צייט זאהלען זיי זיין פארנומען מיטען מאכען א גוטען קוגעל?

האהא, יעדעס מאל זי פרעגט, דארף ער לויפן קוקן אין מחזור.... ער געדענקט אויך נישט... :lol: :oops:

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 11:58 am
דורך גלות יוד
בכלל דארף מען נזהר זיין די פרויען זאלן נישט מיטזאגן שהחינו ביים סדר ווען מ'מאכט צוזאמען קידוש

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:04 pm
דורך שמואל הלוי
און ווען ס'איז דא יקנה"ז (ווי געווען היי יאר) אויך נישט הבדלה

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:48 pm
דורך גלות יוד
גערעכט

Re: פארוואס פרויען טארן נישט לערנען

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:55 pm
דורך א איד
שטעלטס ענק פאר אז פרויען מעגן ווען יא לערנען

ווער וואלט געוען די גרעסער ת"ח אינדערהיים?

ביי מיר אינדערהיים, מיין כגופי קוקט ארויף אויף מיר, אזוי ווי משה רבינו.

פארוואס ווייל איך קען בעסער ווי איר (וואס דאס מיינט באמת גארנישט)

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 12:39 pm
דורך דולה ומשקה
זיי דארפען קענען קאכען נייען און באקען, קעיר נעמען פון א שטוב,
דאס אז מ'לערנט מיט זיין דקדוק לשון הקודש, נ"ך וכדומה העלפט זיי גארנישט צו צום עתיד,
ענגליש, מאטימאטיקס איז דייקא יא געאייניקט פאר זיי, ווי נישט גייען זיי דאך ארבעטן, צו קענען אויס האלטן זייער מענער וואס זיצן אין לערנען.
אבער די רוחניות'דיגע לימודים איז פשוט פאר זיי בלויז צייט שטופענישט.

מ'וואלט אויך ביי די בחורים געדארפ אויס לערנען וכו' אבער דאס איז נישט דער קעפל פון דער אשכול.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 2:20 pm
דורך berlbalaguleh
גלות יוד האט געשריבן:בכלל דארף מען נזהר זיין די פרויען זאלן נישט מיטזאגן שהחינו ביים סדר ווען מ'מאכט צוזאמען קידוש

שוין. מ'פארט שוין צו קידוש פון פסח. מ'האלט מיר ב"ה שוין ביי'ם סיידער. דער אשכול פארט גוט אויף רעידער.
נ.ב.: נאך א מזל טוב. ס'איז שוין דא ב"ה א ניק וועלכער (שטרענגט זיך אן) טרייט נאכצומאכן "פרישער'ס" סטייל פון שרייבן. :lol:

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
בערל, דו כאפסט אז דו רעדסט צום דופן? גלות איד האט שוין געהאט זיין גאולה, אפגעפוצט פון דא, און ער הערט נישט וואס דו רעדסט צו אים...
שמואל הלוי איז שוין אויך נישטא, אין א אנדערע אשכול רעדסטו צו אים כאילו ער שטייט נאך דא און שמייכעלט מיט מיט דיינע :lol: :oops: :roll: :D

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 4:21 pm
דורך קאווע טרינקער
בערל איז ריזיג... ער-נעמט-זיין-צייט, טרעפט אן אלטן אשכול, און לעבט דאס אויף..

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:בערל, דו כאפסט אז דו רעדסט צום דופן? גלות איד האט שוין געהאט זיין גאולה, אפגעפוצט פון דא, און ער הערט נישט וואס דו רעדסט צו אים...
שמואל הלוי איז שוין אויך נישטא, אין א אנדערע אשכול רעדסטו צו אים כאילו ער שטייט נאך דא און שמייכעלט מיט מיט דיינע :lol: :oops: :roll: :D

אוי מה הי' לנו יתומים היינו ואין אב. כסדום דמינו , כעמורה היינו. אוי וויי. (א שאד ס'איז נישט דא א סמיילי וואס וויינט :? ). וואו איז גלות יוד וואו איז שמואל הלוי?...באאאא הם הלכו למנוחות, ואותנו עזבו לאנחות.(איך 'על נאך באלד אראפברענגען די גאנצע סליחות.(.לאמיר תשובה טון. אפשר וועלן זיי צוריקקומען. אבער, ב"ה אונז זענען נאך דא. דו ביסט מיין איינציגע טרייסט.(און נאך א פאר ניקס.(. :| :ugeek:

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:בערל איז ריזיג... ער-נעמט-זיין-צייט, טרעפט אן אלטן אשכול, און לעבט דאס אויף..

פארוואס אן אלטער אשכול? קוק אויפ'ן דעיט פון דולה ומשקה'ס תגובה. והשנית. ביי תורה שטייט "כל יום יהיו בעניך כחדשים"

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:13 pm
דורך געפילטע פיש
אויף אונזער בערל'ן קען מען זאגו, כי אלף שנים בעיניך, כיום אתמול כי יעבור.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:05 pm
דורך קינות גירושין
קול גדול האט געשריבן:נשים זענען דאך דעתן קלות, דעריבער האבן די חכמים מורא געהאט אז זיי וועלן אויסנוצן זייער בינה יתרה צו טרעפן קולות און היתירים אזויווי ביי דעם פאל צו מעגן נוצן הייס וואסער.

די אלע קילות במשך הדורות ווי למשל היתר ריבות, מכירות חמץ, מכירות השביעית איז נישט געווען דורך פרויען
פארוואס ווארפסטו ארויף א נאסע שמאטע אויף די הייליגע מאמעס?