געטליכע חטאים(זינדיגען אין נאמען פון גאט)
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 6:01 pm
געטליכע חטאים(זינדיגען אין נאמען פון גאט)
פון הרב סיימאן דזעקאבסון.
אלע ווייסן מיר דער פשוט׳ער מיינונג פון די ימי הספירה ,אפילו די גאר קליינע טאדלערן זינגען מיט א תמימות ר עקיבא׳ס תלמידים זענען (נישט) [יא] וואויל געווען [אבער] זיי האבן פארגעסן א מידה וואס איז שיין ליב האבן א חבר אזוי ווי זיך אליין.
דאכט זיך די קשיא איז א פשוט׳ער. מיר ווייסן דאך אלע פון דער מערסטן באקאנטען מאמר פון זייערס א רבי׳ן. אמר רבי עקיבא ואהבת לרעיך כמוך זה כלל גדול בתורה. אלזא, זיינע אייגענע תלמידים זאלן האבן א שוואכקייט דייקא און אט די מדה וואס ר׳ עקיבא האט אזוי עמפיזירט דערויף?
און דאס וואס מיר מאכן א זכר פון זייער נישט גוטע הנהגה לאזט זיך אויך פרעגן פארוואס? וואו נאך מאכן מיר א זכר פון גוטע אידען׳ס שוואכקייטן?
ועוד, פארוואס קומט זיי מיתה? אזא הארבע עונש אויף א מצוות עשה הערט זיך אביסל איבערגעטריבן.
די וואכעדיגע סדרה הייבט זיך אן וידבר ה׳ כו׳ אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה׳ וימותו.
מיר ווייסן אלע פון פרשת שמיני אז נדב ואביהו האבן מקריב געווען אן אש זרה און א פייער פון גאט איז אריין און זיי און זיי זענען פארברענט געווארן. יעצט די וואך זאגט ה׳ צו אהרן טו נישט נאך וואס זיי האבן געטון, און אזוי וועסטו אויך נישט שטארבן (רש״י).
וואס ליגט אונטער די פגם פון נדב ואביהו? האבן זיי געטון רצון ה׳ אדער ניין?
פון איין זייט זענען זיי געווען גאר הויעך אנגעקומען ממש נאנט צו גאט, ״בקרובי אקדש״. פון די אנדערע זייט האבן זיי מקריב געווען אן אש ״זרה״, א פרעמד פייער! אזא פייער וואס דארף נאך זיך א ווארענונג צום כהן גדול טו נישט אזווי זיי האבן געטון.
וואס איז דער געוואלדיגער לימוד וואס אהרן דארף זיך ארויסלערנען דערפון אז ער מוז ווערן אנגעזאגט, טו נישט אזוי.
דער שליסל צו די אלע תמיהות ליגט אינעם ווארט אש,די נאטור פון פייער.
פייער איז חשק/תשוקה/ענטוזיאסיזם/דרייוו. אזא מין שטארקע ברענעדיגע אומקאנטרלירבארע געפיל וואס וויל ארויסשפרונגען אינדרויסן פונעם גוף און אנקומען צו א העכער פלאץ אזוי ווי א פלאם וואס לויפט ארויף און וויל זיך ווי אפרייסן פונעם קנויט און גיין נאך העכער.
דער פייער וואס ליגט באהאלטן אינעם רוטינער מידיאקארער גוף וויל זיך אוועקרייסן און אנקומען ווי העכער און געטליכער,לכאורה איז דאס געוואלדיג! הימליש! וואס קען שוין זיין בעסער פון דעם ? אבער ניין! מ׳דארף זייער אבאכט געבן, ווייל טאקע דער זעלבער דרייוו דער הימלישער ציאונגס-קראפט אז מ׳נוצט דאס נישט ריכטיג קען פירן צו די גרעסטע חרבנות.