בלאט 1 פון 1

דבר טוב לטובת חברינו קינות גירושין

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 7:05 pm
דורך בדחן
עס איז מיר אריין אזא מחשבה׳לע אין קאפ זיך פארצונעמען א קליינעקייט א דבר טוב לזכות חברינו קינות גירושין, און לזכות די אנדערע חבר דא וואס דארף א ישועה,

איך האב נאך נישט די דיטעלעיס וואס איך וויל טיען, אבער איך וויל זען צו עס איז דא א ציבור וואס גרייט צו קימען מיט מיר און זיך עפעס אינטערנעמן א דבר טוב לזכות חברינו, מעגליך א קאפיטעל תהילים יעדן טאג, מעגליך צדקה, מעגליך נזהר זיין און א מצווה למ״ה. עפעס.

איז דא איינער וואס איז גרייט?

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:27 pm
דורך ברעט מענינג
ווער עס געט א לייק דער נעמט זיך אינטער?

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 10:01 pm
דורך קינות גירושין
Wowowowowwow
איך בין מוראדיג איבערגענומען, בדחן, וואס האב איך דיר גוטס געטאן, שמאצתי חן בעינך?
איך וואלט פארגעטראגען אז יעדער זאל זייער וואטשען וואס ער רעדט..
פון מיין גאנצע דורכגאנג איז מיר די שווערסטע דאס וואס די גאס בארעדט מיך אין גרויסען עס איז זייער ווייטאגלעך, ווען איך איך הער אלס צוריק וואספארא זאכען מענטשען רעדן אויף מיר, עס איז אומדעטרעגליך, אפי זאכען לאמער זאגען וואס איז יא אמת קיינער ווייסט נישט די צווייטע העלפט מעשה יעדער enjoyd א גוט שטיקעל שלעכטס אויך יענעם (עס מאכט דאך עם העכער, ניין?)
קייו איין בשר ודם איז נישט perfact, נאר ביי א גט מאכען זיך מענטשען די ביזנעס אז זיי מוזען וויסען ווער סאיז גערעכט, ווי גלייך איינער מוז זיין גערעכט, סאיז פלעין נישט א מעטש.
איך ווייס נישט וויאזוי איך קען איבער מאכען אונזער סעסייעטי, אדרבה זאל דער עולם זאגען וואס איז בעסט צו טון... 
איך טראכט אפשר זאל מען מאכען א אשכול ווי דער עולם זאל קענען פרעגן און דן זיין בהלכות לשון הרע, און דורך די לימוד וועט מען נתעורר ווערן למעשה, (סמיז אבער זיין א אשכול וואס וועט זיין זיייער אקטיוו, נישט פון די סארט וואס גייען שלאפען).
אדער זאל מאכען א אשכל ווי יעדער זאל קענען שרייבען א נסיון וואס ער האט געהאט אין דעם הינזוכט, און וויאזוי ער איז עס איבערגעקומען...

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 10:12 pm
דורך ברעט מענינג
איך שוין דיך אזוי שטארק!

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
בדחן האט געשריבן:עס איז מיר אריין אזא מחשבה׳לע אין קאפ זיך פארצונעמען א קליינעקייט א דבר טוב לזכות חברינו קינות גירושין, און לזכות די אנדערע חבר דא וואס דארף א ישועה,

איך האב נאך נישט די דיטעלעיס וואס איך וויל טיען, אבער איך וויל זען צו עס איז דא א ציבור וואס גרייט צו קימען מיט מיר און זיך עפעס אינטערנעמן א דבר טוב לזכות חברינו, מעגליך א קאפיטעל תהילים יעדן טאג, מעגליך צדקה, מעגליך נזהר זיין און א מצווה למ״ה. עפעס.

איז דא איינער וואס איז גרייט?

איך וועל בל"נ פארברענען א מדינת ישראל פאן ביי די קומענדיגע ל"ג בעומר הדלקה. אפשר נאך פאר דעם. מיט א מנין יודן ברכיים אשר לא כרעו לבעל.

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 11:20 pm
דורך איחוד פעלד
אפשר פרק שירה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 11:28 pm
דורך בדחן
ייש״כ פאר די חיזוק וואס די אשכול באקימט, עס איז דא א ווארט וואס טייטש אויס די גמרא ״המרחם על הבריות מרחמים עליו מן השמים״
טייטשען די ספרים, המרחם על הבריות אויב זעט מען אין הימל אז אידן האבן רחמות אויף א צווייטען מענטש, זאגט מען אין הימל אז מה דאך אז א מענטש וואס קריץ מחומר האט רחמנות איז א כ״ש אז פון הימל דארף מען אויך רחמנות האבן דערפאר איז מרחמים עליו אויף דעם מענטש ווען די אידן זענענן זיך מרחם, אז מיר וועלן עפענענן א פחת פון רחמנות דא אינטען אין קאווע שטיבל וועט זיך עפענענן א פתח אין הימל,

@ איחוד ייש״כ פאר דיין עצה, אבער עס איז אביסל א שווערע זאך פאר ארבייטס אינגעלייט, א קליינעקייט וואס א מענטש קען זיך מקבל זיין אויף זיין עצמיות קען זיין מער ווערט און גרינגער אויסציפירען.

@ בערלבעלעגלה, דיין תגובה איז א וויץ און א נישט גיטע פלאטץ, אויב מעגליך מעק אויס דיין תגובה.

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2013 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
בדחן האט געשריבן:ייש״כ פאר די חיזוק וואס די אשכול באקימט, עס איז דא א ווארט וואס טייטש אויס די גמרא ״המרחם על הבריות מרחמים עליו מן השמים״
טייטשען די ספרים, המרחם על הבריות אויב זעט מען אין הימל אז אידן האבן רחמות אויף א צווייטען מענטש, זאגט מען אין הימל אז מה דאך אז א מענטש וואס קריץ מחומר האט רחמנות איז א כ״ש אז פון הימל דארף מען אויך רחמנות האבן דערפאר איז מרחמים עליו אויף דעם מענטש ווען די אידן זענענן זיך מרחם, אז מיר וועלן עפענענן א פחת פון רחמנות דא אינטען אין קאווע שטיבל וועט זיך עפענענן א פתח אין הימל,

@ איחוד ייש״כ פאר דיין עצה, אבער עס איז אביסל א שווערע זאך פאר ארבייטס אינגעלייט, א קליינעקייט וואס א מענטש קען זיך מקבל זיין אויף זיין עצמיות קען זיין מער ווערט און גרינגער אויסציפירען.

@ בערלבעלעגלה, דיין תגובה איז א וויץ און א נישט גיטע פלאטץ, אויב מעגליך מעק אויס דיין תגובה.

איידער איך גיי מעקן, ווילעך פארשטיין וועם ס'שטערט אז אידן ווילן מקדש זיין שם שמים ברבים.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 1:18 am
דורך איחוד פעלד
אפשר זאלען מיר אים זוכען א שידוך?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 1:46 am
דורך שעפטל
כ'גיי עסן מלוה מלכה לזכותו (און צו שטילן מיין הינגער)

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:00 am
דורך נולד מאוחר
די אלע וואס האבן א שווער לעבן מיט די ווייב נאר האבן פשוט נישט די גאטס זיך צי גט'ן זאלן זיך פאר נעמען זיך לערנען פון קינות און זיך גט'ן.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:10 am
דורך יאיר
חברה, גענוג געווען מיט די ליצנות. איך נעם זיך אונטער אריינצוברענגען ראציאנאליזם ביים חרדי'שן עולם, און דורך דעם וועלן אלע פראבלעמען ווערן געסאלווד און עס וועט נישט זיין מער קיין קינות גירושין'ס ביינאונז.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:15 am
דורך לעמאן דזשוס
איך פארשטיי זייער פיין, אויף וויפיל ס׳מעגליך זיצנדיג על סיר הבשר, קינות׳לס פראבלעם מיט די גאסיפ וואס מאכן זיך אויף זיין חשבון און טאקע אין נאמען פון די סירקלס אין מיין קאנטרי באדאנק איך קינות עפענטליך פאר׳ן אזוי געטריי זיך שטעלן אין צענטער און פאר א ציהלברעט אינעם יענטע שמועס...(פאן אינטענדעט)

אבער איז דען גאססיפ א אידישע, חרדישע, פראבלעם? זענען דען ביי די רעשט טייל פון וועלט נישט פארהאנדן אזאלכעס?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 3:43 am
דורך מאטי
איך נעם מיר פאר צו שרייבן דברי תורה דא יעדע וואך און די ליינער(לערנער) זאלן אינזין האבן קינות גירושן בן.... .. ( שוין דער אייבישטער ווייסט וועמען מ׳מיינט) זאל טרעפן א זיווג הגון אזאנס אין אזעלעכס א זיסע שיינע ליכטיגע אומשולדיגע באטעמ׳טע געשמאקע קלוגע פרוי סזאל איינשלינגען די אלע הונגער יארן ולא נודע כי באו...

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:11 am
דורך קינות גירושין
berlbalaguleh האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:עס איז מיר אריין אזא מחשבה׳לע אין קאפ זיך פארצונעמען א קליינעקייט א דבר טוב לזכות חברינו קינות גירושין, און לזכות די אנדערע חבר דא וואס דארף א ישועה,

איך האב נאך נישט די דיטעלעיס וואס איך וויל טיען, אבער איך וויל זען צו עס איז דא א ציבור וואס גרייט צו קימען מיט מיר און זיך עפעס אינטערנעמן א דבר טוב לזכות חברינו, מעגליך א קאפיטעל תהילים יעדן טאג, מעגליך צדקה, מעגליך נזהר זיין און א מצווה למ״ה. עפעס.

איז דא איינער וואס איז גרייט?

איך וועל בל"נ פארברענען א מדינת ישראל פאן ביי די קומענדיגע ל"ג בעומר הדלקה. אפשר נאך פאר דעם. מיט א מנין יודן ברכיים אשר לא כרעו לבעל.

בקהלם אל תחד כבודי

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:28 am
דורך קינות גירושין
לאור צו דעם וואס איך באב פריערגעשריבען, טראכט איך מזאל עפענען א אשכול וואס יעדער וועט קענען אנפרעגן שאלות בעניני לשון הרע, זאכען וואס עס איז נוגע/געווען נוגע, און אונזערע גאונים פון די שטיבעל וועלן מברר זיין די הלכה וויאזוי מדארף זיך פירען עפ״י תורה אין דעם פאל, ספאסט זייער פאר אזא הייליג פלאץ ווי אונזער שטיבעל ווי סדרייען זיך קדושים וטהורים גאונים צדיקים חכמים ונבונים, זאל זיין א אשכול ווי יעדער נעמט א חלק און די הלכות סיי בדרך פולפול און סיי צו געבן עצות וחיזוק בדעת ובתבונה פאר אנדערע חברים וויאזוי זיך צו רייניגען און הייליגען די דיבור און ח״ו נישט מצער זיין א צוויייטע איד.
און די אלע וואס ווילען זיך מקבל זיין צו האבען א חלק אין דעם, זאלען זיך אונטער נעמען צו שרייבען כאטש 2 תגובת פער וואך, (זה לעומת זה) אזוי אז דער אשכול זאל האבען א אייביגע קיום, און דער וועלט וועט ווערן א בעסערע פלאץ צו וואוינען, און דורך דעם וועט עס ברענגען גוטס פאר אונז אלע.
ווער סאיז אינטערסירט צו האבען א חלק אין דעם לשה״ר אשכול קען געבן א לייק אויף די תגובה, וועט מען קענען זען מי ומי ההלכים.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:23 pm
דורך טעפל
איך נעם זיך אונטער זאגען ל"ג בעומר פון אנפאנג תהילים ביז נאך קאפיטל י"ח, ווער גייט ווייטער?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:31 pm
דורך שמעקעדיג
וועגן לשון הרע איז שוין פאראן א אשכול, מען קען פון דארטן גיין ווייטער, אדרבה!

viewtopic.php?f=13&t=2882

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:37 pm
דורך ברעט מענינג
טעפל האט געשריבן:איך נעם זיך אונטער זאגען ל"ג בעומר פון אנפאנג תהילים ביז נאך קאפיטל י"ח, ווער גייט ווייטער?

פין י"ט ביז נ

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:34 pm
דורך קינות גירושין
איך וועל אי״ה אויסזאגען גאנץ תהלים ביי ר׳ שמעון, איך וועל בעטן פאר מיך און פאר אלע מיינע גיטע חבירם דא