איז אומאפהענגיג טאקע אזוי אומאפהענגיג ?
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:51 am
"ארגאן פון אומאפהענגיגן ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע", קען מיר איינער אפשר מסביר זיין די פשט וואס די ווערטער זענען אין א ארגאן וואס איז מהיפוך להיפוך פון אומאפהענגיג, שוין לאנגע יארן וואס די דאזיגע ווערטער ווערן וואך ביי וואך געדרוקט צוזאמען מיט'ן נאמען פונעם ארגאן, מ'קען דאך שרייבן עפעס אנדערש ווי "אומאפהענגיג" מ'קען צב"ש שרייבן "ארגאן פון געמיינזאמען ארטאדאקסישען וכו'... ס'קאן זיין אז בשעת מ'האט געגרינדעט דעם ארגאן. "דער איד" איז עס טאקע געווען אומאפהענגיג, אבער שפעטער שוין נישט, ס'איז גארנישט אז א ארגאן איז נישט אומאפהענגיג אבער וואס עפעס דארף מען שרייבן א זאך וואס יעדער ווייסט אז ס'איז לא מיני' ולא מקצתי', ס'איז דאך באוויסט דאס ווערטל אז וואס ס'שטייט אין א צייטונג איז שקר אפילו דער דאטום איין זאך איז אמת וואס ס'שטייט דאס איז די פרייז, דער ארגאן "דער איד" איז א סאטמארער ארגאן יעדער ווייסט דאס קיינער פראבירט עס נישט צו באהאלטן, ממילא פארשטיי איך נישט וואס דער פשט דערפון איז, איך ליידן איין די חבירים אין "קאווע שטיבל" אויפצוקלערן די חידה סתומה