בלאט 1 פון 2
Tooth brushing
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:36 pm
דורך Lexus
Is it really important to brush the teeth every day?
Are you brushing your teeth? (atleast once a week...)
is it making a difference if i'm brushing once a day or twice?
Why is it so hard for me to take the 2 minutes to brush?
Please share your experience, thanks
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:40 pm
דורך ברעט מענינג
עס איז א פראבלעם וואס די גייסט קיינמאל נישט קענען לעזן
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:42 pm
דורך Lexus
Maybe someone will come with a good idea, nu...
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:40 pm
דורך מאן דאמר
לעקסעס טייערער, ערשטענס טו מיר און דיר און אלע קאווע טרינקערס דא א גענאדע, זיי מקרב די גאולה, שלא שינו את לשונם, שרייב אין אידיש ביטע. (אגב, ספעל טשעק פארעכט נישט גראמאטיקע פעלערן)
לגבי דיין שאלה וועגן דעם בערשטעלע, עס איז דא 3 הויפט פראבלעמען מיט אן אומריינעם מויל, וואס דאס איז די סיבה פארואס מען ברויך שטארק אכטונג גיבן עס זאל יא זיין ריין
1. אומריינע מויל פאראורזאכט לעכער און דו ציין, וואס פירט צו דעם אז דו ציין ווערן עווענטועל אינגאנצן קאליע
2. געשוואלענע גאמז ווערן אויך פאראורזאכט דורך אן אומריינע מויל
3. אן אומאנגענעמע גערוך ווערט פארשפרייט ארום אן אומאויסגעשוווענקטע מויל
די זאכן זענען נישט וואס קען געשעהן, נאר דאס איז 100% אז עס גייט געשעהן
די מינימאם וואס מען ברויך רייניגען, איז איינמאל אין טאג, 2 איז רעקאמאנדירט, נאך יעדע מאלצייט תבא עליו ברכה
די סיבה פארוואס עס איז אייך שווער דאס צו טוהן, איז א באוואוסטע שלעכטע מדה, וואס הייסט פוילקייט
עס איז אויך אן איסור פון לא תשקצו, און עס קען אויך ברענגען מחלוקת.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:43 pm
דורך זר זהב
נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:46 pm
דורך מאן דאמר
זר זהב האט געשריבן:נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב
אוי ווי די ביסט גערעכט זר
לעז נאר דא ביטע
http://blogs.mentor.com/colinwalls/blog ... oothpaste/
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:19 pm
דורך ידען
מע דארף אויך פלאסען די ציין. אז נישט בלייבט די שמיץ
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:42 pm
דורך יואב
אויב איינער פארשטייט נישט די פראבלעם פון נישט פוצן די ציין, זאל טאקע נישט פוצן, אזש ער זאל קענען שינדן געלע שטיקער חזיריי ענדליך ווי מ'טוהט קראצן די הויט פון פיש, ערב יום הקדוש ווען ער גייט אין שויער פאר חציצה, אדער ערב פסח ס'זאל נישט זיין קיין חמץ.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:27 pm
דורך קינות גירושין
פארוואס זעה איך ביי געוויסע מענטשען סבלייבט זיי איבער אזא ווייסע שיכטע פון פעטענס ביי די גאם/ציין, כאטש (איך מיין)אז זיי בראשען יא גהעריג די ציין?
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:31 pm
דורך ברעט מענינג
קינות גירושין האט געשריבן:פארוואס זעה איך ביי געוויסע מענטשען סבלייבט זיי איבער אזא ווייסע שיכטע פון פעטענס ביי די גאם/ציין, כאטש (איך מיין)אז זיי בראשען יא גהעריג די ציין?
פרעג זיי
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:24 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז א משכליש זאך צי בראשן די ציין. אדרבה ברענג מיר איין אנגענימנע גדול וואס פיצט זיינע ציין.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:42 pm
דורך מאן דאמר
נולד, איר רעדט פון עכטע ציין?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:00 am
דורך נולד מאוחר
אדער? פאלטשע?
נישט קיין חילוק
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:02 am
דורך נולד מאוחר
איז מאט וואש א פלאס נאכן בראשען?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:35 am
דורך איחוד פעלד
די אלע וואס בראשען נישט, ביטע רעדט מיט מיר נאר דא אויף ק"ש, ווייל פנים אל פנים איז גאר שווער, איך ריק מיך צוריק, און די רעדסט מיר אין נאז אריין, און עס נעמט אוועק די כח המחשבה, און איך קען מיך בכלל נישט קאנצטערירען אויף דער שמועס.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:18 am
דורך קינות גירושין
Btw איך האב אמאל מברר געווען אזכדי mouth wash זאל אויף טון וואס סדארף, מוז מען שווענקען די מויל לכה״פ פאר 30 סעקונדעס (און מקען נאכדעם אויס שווענקען די מויל ךמיט וואסער)
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:46 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב
קארגער!!!

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:49 am
דורך berlbalaguleh
[quote="זר זהב"]נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב[/qu
על כגון דא נאמר:
Do not Waste
Any Toothpaste
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:31 pm
דורך מאן דאמר
וואו איך שוין פריער געברענגט א לינק, איז לייסטעל הייליג גערעכט, התורה חסה על ממונם של ישראל, קאלגעיט ציין פאסטע פירמע, האט געהעכערט זייערע סעיל ציפערן מיט 40%, נאכער וואס זיי האבן פארגרעסערט דעם עפענונג פונעם ציין פאסטע זעקל מיט א מילימעטער, כדי ס'זאל זיך ארויסשלייכן מער פאסטע ביי יעדן באנוץ. ודו"ק
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:37 pm
דורך Lexus
Thanks for all people responding here,
i brushed today my teeth the first time this...
I'm just wondering, if the holy rabbis are not brushing their teeth, why are they not smelling?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:56 pm
דורך ברוין
פאר דיין זעלבסט ווירדע וואלסטו געדארפט בראשן די ציין
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:37 am
דורך green sunday
קינות גירושין האט געשריבן:פארוואס זעה איך ביי געוויסע מענטשען סבלייבט זיי איבער אזא ווייסע שיכטע פון פעטענס ביי די גאם/ציין, כאטש (איך מיין)אז זיי בראשען יא גהעריג די ציין?
ידען האט געשריבן:מע דארף אויך פלאסען די ציין. אז נישט בלייבט די שמיץ
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:34 pm
דורך בעל הבית
זר זהב האט געשריבן:נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב
געזען האב איך אז קרעסט (crest) סטאקס האט געטראסקאט צו ליב זר עדווייז (advice) נישט צו לייגן אויף די גאנצע ברעשטל