ד"ר קערמיט גאסנעל שר"י, מידיע בייעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

ד"ר קערמיט גאסנעל שר"י, מידיע בייעס

שליחה דורך הדד בן בדד »

עס קומט פאר די צייטן די פראצעס פון א דאקטאר וועלכער הייסט קערמיט גאסנעל און איך לייג צו שר"י, און ימש"ו, ווייל ער איז א שוידערליכער רוצח און מערדער.

דער דאקטער גאסנעל איז א אבארשען דאקטער, און ער האט דורכגעפירט לעיט טוירם אבארשענס, וואס מיינט אז דאס קינד איז שוין געפערטיגט און קען שוין לעבן אויב ווערט דאס יעצט געבוירן. אבער דער דאקטער איז זעט אויס קיין גרויסער עקספערט אין זיין פעלד נישט געווען. און האט דעריבער אנגעבוטשערט מערערע אבארשאנס און דאס קינד איז געבארן געווארן לעבעדיגערהייט.

נו וואס טוט מען, וויזוי גיט מען זיך אן עצה, די פרויען ווילן דאך נישט זיין געפאנישט מיט א בעבי (קרעדיט: ב. כוסעין אבאמא), איז דא א פשוט'ע עצה, ווער האט מחליט געווען אז פינף מינוט צוריק האט מען נאך געמעגט ערמארדן דאס בעבי אבער יעצט מעג מען שוין נישט? געטראכט און געטוהן, גענומען דאס ניי געבוירן קינד און עס דערמארדערט.

אבער דער דאקטער האט עס געטון גענוג מאל ביז עס איז אנגעקומען צו די אויטאריטעטן, און ענליך האט זיך געמאכט עפעס איינער דארט אין די רעגירונגס ביוראען וועלכער איז נאך געבליבן מיט עפעס מענטשליכע געפילן אין זיך, און האט פארשטאנען אז דאס איז נישט ריכטיג און האט גענומען און ארעסטירט דעם מערדער, און יעצט גייט ער אדורך א פראצעס.

פארוואס פארצייל איך ענק דאס? ווייל די גרויסע חידוש פון די מעשה איז נישט אז עס האט פאסירט, נאר אז אזא זאך פאסירט, אז א דאקטער דערמארדעט פיצלעך ניי געבוירענע קינדער, דא אין אמעריקא, און ווען מען שטעלט אויף א פראצעס, מאכט עס ניטאמאל די נייעס. די געריכט זאל איז לער טאג נאך טאג, קיין איין נייעס קעמרע וועט איר דארט נישט טרעפן, קיינער רעדט נישט דערפון, קיינער מאכט נישט קיין צימעס דערפון, קיינער דערמאנט עס נישט, מען מאכט נישט קיין שום וועזן פון אזא שוידערליכע זאך, ווייל דער דאקטער האט דאך געמאכט אבארשאנס...

כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו.
אידן, מיר האלטן שוין נישט ווייט פון נאצי דייטשלאנד, עס איז העכסט צייט צו זוכן א נייעם לאנד.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר