בלאט 1 פון 4

אסיפה בבית האדמו"ר מסקולען צום יאר פון כינוס כלל ישראל

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 5:01 pm
דורך אךשמח
עס איז ברוך השם אריבער א יאר פונעם סוקסעספולן מערכה קעגן דעם משחית פון אונזער דור און די רבנים וצדיקים, די שומרי משמרת הקודש זענען זיך צוזאמגעקומען ווייטער צו מחזק זיין דעם גרויסן פארמעסט מיט דעם כלי וואס איז דער נסיון הדור.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 5:25 pm
דורך שעפטל
און וואס זענען די רעזאלטאטן פון די פרישע צוזאמקום?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 5:49 pm
דורך gehlungen
שעפטל האט געשריבן:און וואס זענען די רעזאלטאטן פון די פרישע צוזאמקום?

I think they came up with the idea that every kehillah should make there own ahseefeh !

וואסי שוין ווייטער מיט די אינטערנעט?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:51 am
דורך חזקיהו המלך
היינט געווען א אסיפת הרבנים ביים סקולענער רבי אין שטוב.

איז מיין פראגע יעצט: וואסי שוין ווייטער?? וואס איז יעצט?

בילד

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:56 am
דורך זר זהב
ס'נישט ''ווייטער'', ס'א שטענדיגע סכנה. אין אמת'ן וואלט דער אסיפה געדארפט זיין 24.7.365, אן אפשטעל, נאר דאס איז דאך נישט מעגליך. קומט מען כסדר צאם מחזק צו זיין נישט נאכלאזן ח"ו.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:41 am
דורך לעיקוואד
צריך לומר: וואס איז שוין וייטער מיט די רבנים?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:07 am
דורך געפילטע פיש
אפשר זענען זיי זיך צאמגעקומען זען וואס מ'קען טוהן וועגן CISPA?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:23 am
דורך ברעט מענינג
אנשטאטס צי ארום רעדן אביסל וועגן שמירת עינים וואס חז"ל האט אונז אויסגעלערענט,
רעדט מען ארום נאכאמאל און נאכאמאל וועגען די אנטערנעט, וואס (ליידער) סעהעלפט סיי ווי נישט.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:39 am
דורך נייגעריגער
ברעט: לייג נישט אראפ א הנחה אן ראיות און בוי דערויף מסקנות!!
עס איז אמת אז זיי האבן געמיינט אז מיט דער סיטי-פיעלד וועט ממש אונטערברענגען דער אלטוועלטליכער אינטערנעט [דזשאסט קידינג! אבער ס'איז א גוזמה קרוב לאמת]! און א מענטש וועט זיך פשוט באהאלטן בחדרי חדרים און נאך טיפער ווען ער וויל נאכקוקן אן אימעיל אויף זיין סמארט-פאון! ארויסנעמען א נישט גע'כשר'טע טעלעפאון אין ביהמ"ד וועט נאר דער משוגענער שגץ פון שטאט! בקיצור אן עולם התיקון לפי השגתם!!!
און דאס האט געפלאפט!!! לא מיני'ה ולא מקצתי'ה!
אבער פון דאס ביז זאגן אז "ס'העלפט סייווי נישט" איז א שטיקל מרחק! טויזענטער [יא! טויזענטער!] מענטשן האבן גענומען א פילטער אויף א געוויסע מאס נאכן התעוררות פונעם כינוס און אירע נאכווייען!
טאקע נישט דער שטרענגסטער פילטער פונקט ווי זיי האבן געוואלט ארויפצווינגן ביהרג ואל יעבור, אבער דאך....

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:03 am
דורך שעפטל
ס'קומט נאכאמאל ארויף די שאלה, האבן די רבנים ואדמורי"ם הגאוה"צ שליט"א א סעלושען אדער מ'גייט ווייטער סתם שרייען און וויינען איבער די שרעקליכע מצב? איז נאך דא א רעדע איבער א נייע פריינטליכע ניצבארע פילטער אדער זיי ווייסן ניטאמאל וואס דאס מיינט?


נאכן כינוס האבן געוויסע קהילות קדושות בישראל אנאנסירט אז בקרוב גייען זיי ארויסקומען מיט א פילטער אויסגעשטעלט פארן ציבור, למעשה האלט מען שוין באלד א יאר דערנאך און גארנישט, חוץ קעי-ניין אדער דזשעי נעט -וואס האט פאריגע וואך נישט געארבייט פאר דריי טעג- איז נאך גארנישט ארויסגעקומען.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:07 am
דורך שמעקעדיג
ברעט מענינג האט געשריבן:אנשטאטס צי ארום רעדן אביסל וועגן שמירת עינים וואס חז"ל האט אונז אויסגעלערענט,
רעדט מען ארום נאכאמאל און נאכאמאל וועגען די אנטערנעט, וואס (ליידער) סעהעלפט סיי ווי נישט.

וואס איז דער חילוק פון אינטערנעט און שמירת עינים?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:11 am
דורך לעיקוואד
k9 איז זייער זאכליכע פילטער, און סאיז בחנם אויך, וואס דארף מען מער פון דעם?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:14 am
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:
ברעט מענינג האט געשריבן:אנשטאטס צי ארום רעדן אביסל וועגן שמירת עינים וואס חז"ל האט אונז אויסגעלערענט,
רעדט מען ארום נאכאמאל און נאכאמאל וועגען די אנטערנעט, וואס (ליידער) סעהעלפט סיי ווי נישט.

וואס איז דער חילוק פון אינטערנעט און שמירת עינים?

דער חילוק איז אז שמירת עיניים איז זייער א פשוטער זאך: קוק נישט. משא"כ "אינטערנעט" האט מען פארגעשטעלט פאר עפעס אזא מאנסטער כאילו עס צווינגט איינער צו טוהן עפעס עבירות אדער עפעס.
רבותי, וועקטסט ענק אויף. אינטערנעט איז פשוט א חלק פון דער לעבן, ווער עס וויל קען זיך אפהיטען און נישט קוקען אין מקומות שאינם ראוים, כל חד לפום דרגא דיליה. אבער דאס קען נאר זיין נאך וואס מאיז מקבל אז דאס איז טאקע א חלק פונ'ם נארמאלער לעבן און נישט עפעס א מאנסטער אונטערגעשטעלט פון ס"מ אליינס אויסצורייסען יידישקייט.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:18 am
דורך נייגעריגער
עס איז דא א היבשע חילוק!
ווייל אינטערנעט איז א נוצבארע זאך פאר א געוואלד מיט זאכן, אנגעהויבן מיט ביזנעס, ווייטער מיט ידיעות, און נאך אסאך ואין כאן מקום [בדיוק "מקום" ולא "מקומו] להאריך!
און גראדע האט עס אינעם זעלבן שמאלץ-טאפ כל דבר אסור ורע [צוויי עקסטערע נושאים, אסור איז - לשטותטתם אויך אונזער באליבטער קאווע שטיבל, און רע מיינעך טאקע שלעכט שלעכט שלעכט....].
און מ'וואלט בעיקר [שטייצעך אויכעט אויף פילטער'ס כדכתבתי לעיל, איך רעד נישט פון צווינגען נאר מעורר זיין] געדארפט מעורר זיין דער עולם אז מ'זאל וואטשען אויף וואס מ'קוקט, סיי אין גאס אין געשעפט צו אויפן אינטערנעט!
----------------------
לעיקוואד האקט
בערך ברוך שכוונתי!

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:22 am
דורך נייגעריגער
לעיקוואד האט געשריבן:k9 איז זייער זאכליכע פילטער, און סאיז בחנם אויך, וואס דארף מען מער פון דעם?

גערעכט אז ס'איז זייער גוט, און איך פלעג עס האבן.
און איך הער אז אין א נייע אפדעיט האבן זיי אפילו צוגעלייגט א פילטער אין יו-טוב, דהיינו ס'מוז נישט זיין אדער אפען אדער פארשפארט, ס'איז א מורא'דיע אויפטוה!
נאר היות איך בין אביסל צו טעק שעווי זענען די אלע סאפטווער פילטער'ס כקליפת השום, נוץ איך היינט א עין רואה מאנעטערינג סערוויס! :like

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:29 am
דורך איחוד פעלד
נייגעריגער האט געשריבן:נאר היות איך בין אביסל צו טעק שעווי זענען די אלע סאפטווער פילטער'ס כקליפת השום, נוץ איך היינט א עין רואה מאנעטערינג סערוויס! :like



און דער עין רואה איז ווי א קליפת מאראנץ?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:34 am
דורך טעפל
און וואס איז ארויסגעקומען פון די נעכטיגע-מעכטיגע אסיפה??

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:03 pm
דורך אךשמח
א קליפ פון עטליכע מינוטן פונעם נעכטיגן אסיפה.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:18 pm
דורך טאמבל סאס
gehlungen האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:און וואס זענען די רעזאלטאטן פון די פרישע צוזאמקום?

I think they came up with the idea that every kehillah should make there own ahseefeh !

מ'האט באשלאסן ביי די אסיפה, אז מ'גייט מאכן אן אסיפה.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 3:35 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ווינע רב האט מציע געווען הצעות פאר די רבנים און ראשי המוסדות ווי אזוי ארויפציצווינגען די תקנות וואס איז נתקן געווארען איבערן לויף פינעם יאר. ס'איז אויך געבליבן אז יעדע קהילה גייט מאכן אן עקסטערע אסיפה ווי אזוי אויסצופירן הלכה למעשה ווינע רב'ס עיצות.
הכינו לטערראר ולאלימות.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
כ'פארשטיי נישט, מען האט דאך שוין אלעס פרובירט, עס איז נאך געבליבן עצות אין ארסאנאל? מען האט שוין געסטראשעט מיט די קינדער, מיט די מוסדות, מיט די ווייבער, נישט מוציא זיין תקיעת שופר און קריאת המגילה, און אזש פסל'ען די שחיטה פון די וועלכע האבן עס.

וואס נאך גייט מען טון? אומלעגאלע טעראר?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 3:50 pm
דורך יואליש
די היימישע צייטונגן זענען איבערגעפילו מיט כזיתים-פליסיגע רעקלאמעס. גייט מען ארויסווארפן פון די מוסדות ליינערס פון דער איד און דער בלאט?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
וואו, די תבעל להגמון תחילה איז אייזן!
אין הגמון אלא רבי, און ביז היינט האבן נאר די רבי'ס געהאט קליפס אויף יו טוב, קומען זיך יונגאטשעס און זענען משיג גבולם, תבעל להגמון תחילה!
לאמיר שוין אנהייבן גרינדן יו טוב קאנאלן מיטן נאמען "תבעל להגמון תחילה".