נולד מאוחר??? (פראפייל)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

נולד מאוחר??? (פראפייל)

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]רוב געלונגענע שרייבער דא זענען שוין מער ווייניגער באזינגען געווארן דא פונעם אלגעמיינע מאסע, צו דורך א פלייץ פון לייקס, צו דורך קאמפלימענטס, טייל מאל אפילו מיט גאנצע אשכולות געווידמעט אין זייער כבוד, לדוגמת: יאיר, יידל, ממי שאמרו, לעמאן דזשוס, קופערניקוס (דער לעצטער האט א מנהג צו עפענען יעדע שלישי ושישי אן אשכול וועגן זיך אדער וועגן א צווייטן), סוף כל סוף איז קאווע שטיבל א ווארעמע פלאץ, דאס גאנצע שטיבל איז פארהויכט מיט הייסע פארע פון ליבע און טאלעראנץ.

קאווע שטיבל מיטגליגער זענען רעכטע אייניקלעך פון אברהם אבינו. זיי טוען מכניס אורח זיין יעדע פרישע גאסט, יעדע נייע ניק, אפגעזעהן פון וועלכע קרייז, שיכט, קהילה ער געהערט. נאך שלשים יום (הודעות) ווערט דער פרישער ניק געטוישט פון: 'א גאסט אין שטיבל' ביז: א געהעריגע 'פאלל-פלעדזש-מעמבער' מאנשי שלומינו. און ווי לאנג דער גאסט פאלגט אויס די געזעצען פון 'כבוד האדם באשר הוא' וואס דער זיידע-באריסטא און די באבע-זשאווא האבן נאך אוועקגעשטעלט אין די בראשית יארן, איז דער גאסט וועלקאם פונקט ווי די דריי אראבער ביי אברהם אבינו נאכן וואשן זיך די הענט און פיס.

נאך א זאך מיט וואס קאווע שטיבל מיטגלידער קענען זיך אינדענטיפיצירן מיט זייער זיידע אברהם אבינו איז די מדה פון טובת עין, אסאך מאל שטיי איך און שטוין, רבונו של עולם וואו נאך טרעפט מען אזויפיל פארגינערס בפונדק אחד? הלואי אויף מיין בית מדרש געזאגט! בעסער געזאגט: הלוואי אויף מיינע משפחה געזאגט! (שטייצעך פון די ווייב'ס זייט).

איך שפיר אבער אז עס דא איין ניק וואס באקומט נישט זיין פארדינטע כבוד, נישט מען רעדט פון אים אסאך, נישט מען לייקט אים עפעס ספעציעל, אין איין ווארט: ער באקומט נישט זיין אנערקענוג וואס עס קומט אים. זיין נאמען איז נולד מאוחר! לכן במקום שאין אנשים השתדל להיות איש האב איך מיר אנגעגארטלט מיטן אויפגאבע צו שרייבן א קורצן פראפייל אינעם עהרע פונעם חוקר און פילאזאף. יעדער וואס האט עפעס צוצולייגן עפעס א מעלה פינעם 'חתן דנן' איז מכובד.

וזה החלי בעזרת צורי וגואלי:

נולד'ס מהלך.
נולד'ס כח איז פרעגן און פרעגן און נאכאמאל פרעגן. נולד לאזט נישט איבער קיין איין פראגע אומגעפרעגט. איך גלייב ווען ער זאל נעמען א די-ענ-עי טעסט וועט זיך ארויסשטעלן אז זיינע גענעס ציען ווארצלען גלייך ביז ר' ירמיהו ארויף, ווי שטייט אין די גמרא אויף ר' ירמיהו'ס שאלות: 'על דא אפקוהו ר' ירמיהו מבי מדרשא'! פארוואס ? ווייל ר' ירמיהו'ס קשיות האבן אנגערירט די סאמע יסודות פון יהדות, איז נישט געוען קיין אנדערע ברירה נאר אים ארויספירן פון בית מדרש. דא אין קאווע שטיבל, ווען מען קען ווען, וואלט מען שוין לאנג ארויסגעטראגן נולד אויף א בעטל, נישט איינמאל נאר צענדליגע מאל (שטייצעך ס'איז נישט ממש דומה ס'נאר לשֹבֵר את האוזן).

תוכן התגובות.
נולד'ס קשיות זענען נישט געצוימט צו א געוויסע סטייל אדער טעמע, אמאל איז עס א שאלת חכם, אמאל איז עס א שאלת תם און אמאל, אין א רעגענדיגע טאג, זאל נישט אויסגערעדט זיין, איז עס א שאלת רשע.

נולד איז דער איפכא מיסתברא'ניק, דער 'אפשר-דאך' פון מנחם מנדל'ס מעשה ביכלעך, ס'איז נישטא אזא זאך ווי הנחות און מוסכמות, יעדע נארמאלע באגריף זאך איז אונטער פראגע צייכן.

נולד פרעגט פשוט'ע איינפאכע שאלות אויך, אזעלכע שאלות וואס ליגט יעדעם אויפן מח אבער מען פרעגט עס נישט. פארוואס נישט? ווייל ביי א נארמאלע מענטש איז די נושא טאבו! געשלאסן! אבער ביי נולד איז גארנישט געשלאסן.

די גאנצע וועלט קען פארשטיין אז מען פארציילט נישט אין די תשעה ירחי לידה צי די עיבור איז א זכר אדער נקבה, אפי' מען ווייסט עס קלאר פונעם אלטרא סאונד. אבער אונזער נולד פרעגט: רבונו של עולם וואס איז די גאנצע סוד??? פארוואס טאר איך נישט פארציילן דעם גרויסן סיקרעט???

הונדערט בלאט פון וועבערמאן סומעטאכע, און נולד שיסט ארויס אן הודעה "וואס מיינט דאס סומעטאכע? בין איך דער איינציגער גולם וואס ווייסט נישט וואס דאס מיינט?" און ניין! קיינער האט גראדע נישט געוואוסט, איינער האט געמיינט אז עס מיינט קאטשעניו פאר עס ווערט הארט, און א צווייטער האט געמיינט אז עס איז סמייטע פאר ס'ווערט פארשימעלט.

פינעף בלאט פון דיסקוסיעס איבער א נאמען פארן נייע קאווע בלעטל, יעדער פרואווט איבערשטייגן דעם צווייטן מיט ארגינעלע איידיעס, אבער נולד קומט פון אן אנדערע ענגעל אינגאנצן: פארוואס עפעס דארף עס בכלל א נאמען??? פרעגט ער מיט א תמימות.

נולד קימערט זיך גאנץ ווייניג איבער די רושם וואס זיינע תגובות וועלן מאכן, ער קען זאגן און פרעגן זייער אומפאפולערע מיינונגען און פראגעס, צומאל ווערט ער אפגעפאטש באשריגן און באזינגען, אבער הי-דאזענט-געט-פעיזד, ער האט נישט קיין מורא און ווערט נישט שאטענזירט נישט ביי נחום ראזענבערג און נישט ביי וועבערמאן, נישט פון די פרומע און נישט פון די קילע.

סטייל התגובות.
נולד'ס תגובות קען מען דערקענען פון א מייל ווייט, ס'איז בדרך כלל דריי-פיר קורצע שורות מיט צענדליגע פראגע צייכענעס, און מיט הונדערט גרייזן. און נישט ווייל נולד קען נישט ספעלן! נאר וועגן אנדערע סיבות אינגאנצן: איינס ווייל נולד איז א גרויסע חסיד פון 'אותיות מתחלפות', ביי אים איז ח' און כ' אדער ט' און ת' די זעלבע, כ'מיין וואס א חילוק? הא-קעירס?

צווייטענס וזה העיקר, נולד איז ארויס מיט א מלחמת חרמה אקעגן וואקאלן, ער פסק'נט 'יש אם למקרא' אז מען קען עס ליינען וואס פעלט אויס צו צולייגן וואקאלאן?? שוין, נאך איינע פון נולד'ס קשיות.

נולד אין פאזיע.
כ'טראכט אז ווען נולד וואלט זיך באטייליגט אינעם פאעזיע פארמעסט, וואלט זיין פאעם אויסגעזעהן בערך אזוי (אפשר וואלט געפעלט אביסל מער וואקאלן):

"ספיקות און קשיות האב איך א סך,
פון שאלות און תמיהות איך קראך,
מענטשן זאגן לאדעך אפ לעב און לאך,
אבער איך זאג נישט פרעגן איז נישט צו דער זאך,
דאס איז געווען און וועט בלייבן אייביג מיין פאך".

נולד'ס צורה.
עס ווערט געברענגט אין אלע ספרים אז בשעת א מענטש זאגט נאך א מימרא פון איינעם זאל ער זיך מצייר זיין די צורה פונעם בעל המימרא, יעצט כ'האב נישט קיין אנונג ווי אזוי חתן דנן זעהט אויס, אבער אין איינע פון די אשכולות איז ער מגלה טפח, ער פארציילט אז ער האט א פאטעטא בארד! נישט מער נישט ווייניגער א פאטעטא בארד, נישט קיין פיקעל בארד און נישט קיין צוויקעל בארד, נאר א פאטעטא!

יעצט דאס אליין איז זייער ווייניג אינפארמאציע צו קענען מאכן א סקעטש פון נולד, ווייל אין דעם שטיקל אינפארמאציע אליין קען מען קלערן צוויי חקירות איינס: פון וועלכע סארט פאטעטא רעדט ער? צו רעדט ער פון די לאנגע ברוינליכע איידעהא-פאטעטאס וואס מען ניצט פאר אווער-נייט קוגל? אדער אפשר רעדט ער פון די קליינע רינדעכיגע רויטע זויערע פאטעטאס וואס מען סערווירט ביי א שבע ברכות אין שמח תשמח צוזאמען מיט אן אלט שטיקל טשיקן?

נאך א א חקירה קען מען חקר'ן, צו רעדט ער פון א פאטעטא בארד אן א קנאבל, אדער אפשר איז שוין די קנאבל נכלל אינעם פאטעטא, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז ווען ער גייט אריין אין מקוה און קניפט אויף די קנאבל פון די פאטעטא קען די לענג דערגרייכן ביזן טבור אזוי עס זאל אויסזען ווי א לאנגע סקוואש?

נולד'ס נאמען.
כ'וועל מסיים זיין מיט א חידוש וואס איז מיר לעצטענס נתחדש געווארן. די זאך איז אזוי, מיום שעמדתי על דעת קאווע שטיבל האב איך מיך אייביג געוואונדערט וואס איז פשט אינעם נאמען "נולד מאוחר", ווי קומט עס אריין דא? בעסער געזאגט וואס האט אונז דער בעל הניק געוואלט לאזן הערן מיט אזא מאדנעם נאמען?

לאחר החיפוש בכתבי ידות מצאתי איזה פירוש ישן ונושן, ושם הביא מקדמון אחד פירוש על תיבת נולד מאוחר, וזה לשונו: נולד מאוחר. בלשון בתמיה עכ"ל, לפי"ז דארף מען זאגן אז די נאמען נולד מאוחר קומט מיט אפאר פראגע צייכענעס צום סוף, אזוי: נולד מאוחר?????????, און דאס אליין איז אויך איינע פון נולד'ס קשיות: ס'איז כאילו זיין תגובה קומט מיט א הקדמה: עם-איי-מיססינג-סאומטינג? בין איך שפעט געבוירן געווארן אז איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר? פארוואס פרעגט קיינער נישט וואס איך פרעג?

די תירוץ אויף נולד'ס קשיא איז, ניין! ביסט נישט שפעט געבוירן געווארן! ביסט אינגאנצן נישט געבוירן געווארן. דו פאנגסט בכלל נישט אן צו עקזיסטירן. די גאנצע נולד מאוחר איז איין שטיק אילוזיע, ס'איז נישטא קיין נולד, און ס'נישטא קיין מאוחר, והא ראי' אויב איז עס מאוחר איז עס דאך נישט נולד, און אויב ס'איז נולד איז עס נישט מאוחר. אלא מאי, קושיא מעיקרא ליתא ס'איז נולד און ס'איז מאוחר ממש בבת אחת וכל שאינו בזה אחר זה אינו בבת אחת, בבחינת שני הפכיים בקערה אחת.

לפי"ז האב איך געטראכט, בדרך אפשר אז דאס מיינט דער מדרש פליאה: 'נולד נולדת אחור אחרת, הדא דכתיב נולד מאחור', עכ"ל המדרש, וכל רואה מדרש זו מתפלא פלאים הפלא ופלא בבחינת ותפלא רוחו, נאר לפי מה שנתיישב מתיישב הכל בישוב נושב השבא ושבא בבחינת השב אשיב לעת כזאת. פשט איז אזוי: די מדרש זאגט אונז, ווען איז עס נולד נולדת? דוקא ווען ס'איז אחור אחרת!! דעמאלטס און נאר דעמאלטס איז נולד מאוחר ודפפפפפפפח"ח. ווי וואלט ר' טודרוס געזאגט אויף אזא שטיקל תורה: 'כ'מיין ס'ליגט א שטארקע אמת דערין' (וכל הגילויים הנוראים האלו לא זכיתי אלא בזכות אבותי ורבותי נשמתם בגנזי תחתונים) .[/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר