בלאט 1 פון 1
ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:09 pm
דורך שמואל הלוי
אלע מעידזשער נייעס אגענטורן מעלדן אז סענטארום ציט זיך היינט ארויס פונעם פרעזעדענטליכן פארמעסט.
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:13 pm
דורך ידען
ענדלעך...
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:19 pm
דורך שמואל הלוי
ווארט נאר איבער צו זעהן ווען גינגרידזש וועט קומען צום שכל און ברעכן זיין דל גאה'דיגע נארישע עקשנות.
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:22 pm
דורך יידל
וואס איז טאקע פשט אז סענטארום אנטלויפט ווי א זויער-פארלירער (sour-loser בלע"ז)?
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:23 pm
דורך שמואל הלוי
דא קען מען מיטהאלטן לייוו
ס'איז ערווארטעט אז ער גייט אינדארסן מיט-ראמני, וואס מיינט אויטאמאטיש אז זיינע דעלעגאטן גייען אריבער צו ראמני, וואס ברענגט ראמני נאך נענטער צו די נאמינאציע.
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז סענטארום אנטלויפט ווי א זויער-פארלירער (sour-loser בלע"ז)?
ווייל ער האט נישט קיין שום טשענס... פשוט און גראד.
נאך מער; אפילו אין זיין אייגענע היים שטאט פענסעלוועניע וואלט אים ראמני באזיגט קומענדיגן אפריל 24 לויט PPP און אנדערע פאולס שטעלן אים גאר נאנט, וואס דאס איז א געוואלדיגע שאנדע און בושה, ממילא איז בעסער ארויסצוגיין בעפאר.
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:29 pm
דורך יידל
אין אנדערע ווערטער: אבאמא איז אונזער קומענדיגער פרעזידענט...
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:40 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער: אבאמא איז אונזער קומענדיגער פרעזידענט...
ימים ידברו... ס'קען זיך נאך אסאך טוישן ביז דאן.
און פארגעס אויך נישט די פאקט אז ראמני איז שוין געשטאנען העכער אבאמא פאר עטליכע וואכן צוריק.
Re: ברעיקינג: סענטארום ציט זיך ארויס פון פארמעסט
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:42 pm
דורך שמואל הלוי
יאנקל האט געשריבן:סאנטארום האט נישט דערמאנט ראמני אין זיין רעדע. ער האט אויך נישט געענטפערט א פראגע פון א רעפארטער פארוואס ער האט אים נישט דערמאנט.
גיב עס צייט, די ווייטאג איז נאך צו גרויס...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:07 am
דורך יענער פויגעל
אין ער איז שוין וויייטער דא
קען אים איינער נאכאמאל ווייזען די וועג ארויס?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:34 am
דורך ישמעאל הכהן
אפשר דאס מאל וועט אים יעזוס בעסער שטיין צו הילף
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:35 am
דורך [NAMELESS]
יענער פויגעל האט געשריבן:אין ער איז שוין וויייטער דא
קען אים איינער נאכאמאל ווייזען די וועג ארויס?
פארוואס האסטו א פראבלעים מיט אים? ער איז נאך אזוי גוט ווי בען קארסען, קארלי פאארינע, און דער גרויסער מויל מאכער דאנעלד טראמפ וואס זייט איך געדענק איז ער אייביג אין די נייעס ווייל ער טראכט צו לויפן אדער נישט צו לויפן, כמו שכתבתי כבר באשכול ״פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016״
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 4:46 pm
דורך יענער פויגעל
זיי זאלען אלע גיין צוזאמען
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 5:02 pm
דורך פרייוויליג
סענטארום מילא, ער וויל נאך פראבירען דאס לעצטע און איינמאליגער שאנס. אבער טראמפ? איך ווייס נישט פארוואס עס איז אפילו אינטערסאנט אים צו דערמאנען צווישן די פרעזידענטליכער קאנדידאטען. דער מענטש איז דאך אזא מין נאטשעל און וואנזיניגער בריאה אז הערמאן קעין אדער ענטעני ווינער האבן מער אויסזיכטן צו ציען ווי אים. איך ווייס נישט אויב איין מענטש אויסער דאלענד טראמפ וועט וואטען פאר אים. מען רעדט דא פון א קראנקער עטענטשען סיקער, וואס לאזט הערן זיינע צורידערטע מיינונגען צו יעדן צייט. ווער געבט א דעקל צו ער לעבט בכלל. זיין 4 ביליאן דאלער עשירות שטעלט אים די לעצטער אין דער ליין פון די ניו יארקער עשירים. וואס לאזן זיך נישט א צענטל אזויפיל הערן ווי אים.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:13 am
דורך יענער פויגעל
טראמפ דארף אן עקסטערע אשכול פאר זיך
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:52 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב גראדע שטארק חשק אז סענטארעם זאל עס יא מאכן. פשוט דערפאר ווייל לויט ווי איך האב געהערט הייבט ער אן פון סקרעטש, אן קיין נאמען און אן עשירות און אן קיין איבריגע כאריזמע אדער סיי וועלעכע סאושל פאוער, און אז ער געווינט מיינט עס אז דער אמעריקאנער מידל קלעס האט געווינען קעגן די עשירים כלפי די פרעזידענטשאפט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:23 pm
דורך יענער פויגעל
איך גראדע לייג שטארקע האפענונגען אויף מארקא רוביא דער אינגער סענאטאר פון פלארידע. איך וועל עס פראבירען צו ארויסברענגען אין פיר נקודות
(1) ער איז געלאפען קעגן א פאפולערע גאווערנאר פארען סענאט אין ער האט אנגעהויבען מיט גארנישט אין ער איז אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען
(2) ער איז אינג אין האט די מעגליכקייט צו אפעלירען שטארק ביי די אינגע א שטייגער ווי אבאמא אין 2008
(3) ער איז גענוג קאנסערוואטיוו דורצומאכען די פריימעריס אין גענוג מילד פאר די דזשענעראל עלעקשאן
(4) ער רעדט א פליסיגען ספאניש אין נעמט גוט אויס ביי די היספאנישע