בלאט 1 פון 2

טשילע'ער פילאנטראפיסט טיילט געלט אין סאטמאר ראדני

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:14 am
דורך אךשמח
א מאדנער ספעקטאקל האט זיך פריער אפגעשפילט אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סטריט ווען לייבל פארקאש האט דארט אריינשפאצירט און גענומען טיילן הונדערטער באנקנאטן פאר אלע אנוועזנדע, און דערנאך האט ער גענומען דעם עולם קיין גריל אן לי און זיי געזעטיגט מיט א פיינער נאכטמאל.

אט זענען עטליכע בילדער.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:17 am
דורך זר זהב

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:33 am
דורך פיקציע
אךשמח האט געשריבן:א מאדנער ספעקטאקל.

איך מיין אז דאס איז מער ווי סתם מאדענע.
וואס ליגט הונטער דעם באזוך?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:35 am
דורך שעפטל
האט ער עפעס מיט פארקאש דער לויער?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:36 am
דורך בדחן
איז ער געווען אויך אין הופער ביהמ״ד... :roll: :roll:

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:38 am
דורך ישמעאל הכהן
photo000.JPG
photo000.JPG (91.48 KiB) געזען געווארן 3817 מאל

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:40 am
דורך זר זהב
בדחן האט געשריבן:איז ער געווען אויך אין הופער ביהמ״ד... :roll: :roll:

ניין, און די ארוינים זאגן טאקע אז די געלט וואס ער האט דארט אויסגעטיילט באלאנגט פאר זיי ווייל אויב וואלט מען נישט באגאנבעט ראדני וואלטן זייערע מענטשן געווען יעצט אין ראדני און באקומען די געלט.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:21 am
דורך טעפל
ער ווייסט נישט וואו מיין ביהמ"ד איז? אדער ער קומט היינט ביינאכט?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:24 am
דורך בעל הבית
וואס וויל ער ? וואס אז זיין ציל? קען איינער מסביר זיין ? ׁׁ(נישט לינקען צו וויקי פליס)

האט ער זיך פארקוקט אויף חיים משה סטרולוויטש ?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:29 am
דורך דוד בער
אגב; איז ער א נזיר צו וואס?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:30 am
דורך בעל הבית
שלושים ?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:38 am
דורך [NAMELESS]
פארשטייט זיך אז פאר די סלתה ושמנה האבן זיך געשטעלט כאפן געלט האט די לישקעס הבד"צ שטרענג אויסגעפארשט די אמונות ודעות פונעם פילאנטראפ, און נאר נאכן פארזיכערן אז זיינע קניען האבן זיך נישט געבויגן צום מאן און ער האט נישט גענאסן פון די טיש פון איזאבעלא, און הורתו ולידתו בקדושה, ער קען די שלש שבועות ישר כהפך, האט מען געלאזט די יונגווארג נעמען דאס געלט, ווייל כח הפועל בפיפעל איז ביי'ן אונז א יסוד היסודות ועמוד החכמות, מען שפילט זיך ביי אונז נישט מיט קיין בני יששכר'ס....

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:46 am
דורך דענקער
דער יוקל גייט יעצט באקומען אן אנשטויסענעיש מיט משולחים. ער ווייסט נעבעך נישט וועלכע פעקל ער האט זיך איינגעשאפט.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:46 pm
דורך קרעקער
קופערניקוס
ביסטאך אזוי גוווווט!!!!!!!

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:קופערניקוס
ביסטאך אזוי גוווווט!!!!!!!

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:19 pm
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:האט ער עפעס מיט פארקאש דער לויער?

יא. ביידע זענען אונגארישע. און ביידע זענען ל"ו צדיקים. לויערס און שלימזלנים, ווייסעך נישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
קופערניקוס האט געשריבן:פארשטייט זיך אז פאר די סלתה ושמנה האבן זיך געשטעלט כאפן געלט האט די לישקעס הבד"צ שטרענג אויסגעפארשט די אמונות ודעות פונעם פילאנטראפ, און נאר נאכן פארזיכערן אז זיינע קניען האבן זיך נישט געבויגן צום מאן און ער האט נישט גענאסן פון די טיש פון איזאבעלא, און הורתו ולידתו בקדושה, ער קען די שלש שבועות ישר כהפך, האט מען געלאזט די יונגווארג נעמען דאס געלט, ווייל כח הפועל בפיפעל איז ביי'ן אונז א יסוד היסודות ועמוד החכמות, מען שפילט זיך ביי אונז נישט מיט קיין בני יששכר'ס....

לויט'ן אויסקוק זעיט ער נישט אויס ווי ר'האט אוועקגעלייגט זיינע ציין אויף א פאליצע. כלשון הסופר הדגול חיים גראדע ז"ל.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:29 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איז ער געווען אויך אין הופער ביהמ״ד... :roll: :roll:

ניין, און די ארוינים זאגן טאקע אז די געלט וואס ער האט דארט אויסגעטיילט באלאנגט פאר זיי ווייל אויב וואלט מען נישט באגאנבעט ראדני וואלטן זייערע מענטשן געווען יעצט אין ראדני און באקומען די געלט.

מ'האט שוין געטשעקט אויב די הונדערטער'ס וואג ער טיילט זענען עכטע?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:39 pm
דורך צדיקל
די הצלה זעה איך האט אים געטראגן צו זייער פארטי נעכטן, לאמיר האפן זיי האבן באקומען פון אים א שיינע נדבה.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:36 pm
דורך ידען
berlbalaguleh האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:פארשטייט זיך אז פאר די סלתה ושמנה האבן זיך געשטעלט כאפן געלט האט די לישקעס הבד"צ שטרענג אויסגעפארשט די אמונות ודעות פונעם פילאנטראפ, און נאר נאכן פארזיכערן אז זיינע קניען האבן זיך נישט געבויגן צום מאן און ער האט נישט גענאסן פון די טיש פון איזאבעלא, און הורתו ולידתו בקדושה, ער קען די שלש שבועות ישר כהפך, האט מען געלאזט די יונגווארג נעמען דאס געלט, ווייל כח הפועל בפיפעל איז ביי'ן אונז א יסוד היסודות ועמוד החכמות, מען שפילט זיך ביי אונז נישט מיט קיין בני יששכר'ס....

לויט'ן אויסקוק זעיט ער נישט אויס ווי ר'האט אוועקגעלייגט זיינע ציין אויף א פאליצע. כלשון הסופר הדגול חיים גראדע ז"ל.

וואס איז מיט די ציין?

ווער איז חיים גראדע?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:37 pm
דורך ידען
ווי גייט ער זיין היינט ביינאכט?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:38 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:פארשטייט זיך אז פאר די סלתה ושמנה האבן זיך געשטעלט כאפן געלט האט די לישקעס הבד"צ שטרענג אויסגעפארשט די אמונות ודעות פונעם פילאנטראפ, און נאר נאכן פארזיכערן אז זיינע קניען האבן זיך נישט געבויגן צום מאן און ער האט נישט גענאסן פון די טיש פון איזאבעלא, און הורתו ולידתו בקדושה, ער קען די שלש שבועות ישר כהפך, האט מען געלאזט די יונגווארג נעמען דאס געלט, ווייל כח הפועל בפיפעל איז ביי'ן אונז א יסוד היסודות ועמוד החכמות, מען שפילט זיך ביי אונז נישט מיט קיין בני יששכר'ס....

לויט'ן אויסקוק זעיט ער נישט אויס ווי ר'האט אוועקגעלייגט זיינע ציין אויף א פאליצע. כלשון הסופר הדגול חיים גראדע ז"ל.

וואס איז מיט די ציין?

ווער איז חיים גראדע?

אוי ידען. לאמיר דיר נאכזאגן א פאר מאמרי חז"ל. דו ביסט (אדער מאכסט דיך) ווי א תינוק בן יומו. בר בי רב דחד יומא. עביד כדלא גמרי אינשי שמעתא. איז לאמיר אנהייבן פון פאר בראשית.: והנה. ס'איז געווען אין פוילן./ווילנא /ירושלים דליטא א שרייבער, א געוועזענער ישיבה בחור וועלכער איז נחמץ געווארן. ער האט געהייסן חיים גראדע. ער האט באשריבן דאס לעבן פון די אידן אין די שטאט ווילנא פאר די צווייטע וועלט מלחמה. ער האט עס געשילדערט מיט אזא מתיקות און פונקטליכקייט אז דער ליינער קען מיינען אז ר'איז דארט בשעת די געשיכטע שפילט זיך אפ. איינס פון די לשונות וואס ער האט גענוצט צו באשרייבן א פרוש וואס האט זיך אפגעשיידט פון אלע תאוות עולם הזה, אז "ר'האט אוועקגעלייגט זיינע ציין אויף א פאליצע" (שעלף, בלע"ז)
נ.ב.: דער דריטער מאמר חז"ל פאסט נישט אינגאנצן צום ענין פון וואס מיר שמועסן.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:57 pm
דורך קינות גירושין
ידען האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:פארשטייט זיך אז פאר די סלתה ושמנה האבן זיך געשטעלט כאפן געלט האט די לישקעס הבד"צ שטרענג אויסגעפארשט די אמונות ודעות פונעם פילאנטראפ, און נאר נאכן פארזיכערן אז זיינע קניען האבן זיך נישט געבויגן צום מאן און ער האט נישט גענאסן פון די טיש פון איזאבעלא, און הורתו ולידתו בקדושה, ער קען די שלש שבועות ישר כהפך, האט מען געלאזט די יונגווארג נעמען דאס געלט, ווייל כח הפועל בפיפעל איז ביי'ן אונז א יסוד היסודות ועמוד החכמות, מען שפילט זיך ביי אונז נישט מיט קיין בני יששכר'ס....

לויט'ן אויסקוק זעיט ער נישט אויס ווי ר'האט אוועקגעלייגט זיינע ציין אויף א פאליצע. כלשון הסופר הדגול חיים גראדע ז"ל.

וואס איז מיט די ציין?

ווער איז חיים גראדע?

מאך א search דא אין שטיבעל וועגן חיים גראדע וועסטו שוין זעהן, מהאט שוין געשריבען