דריי איבער דעם לעפל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

דריי איבער דעם לעפל

שליחה דורך וואלפה »

דריי איבער דעם לעפל

איין זייט לעפל זעהט מיט זיך נארמאל און די אנדערע זייט פארקערט,


איך גיב א קוק אויף אונזער לעבנס שטייגער, ווי אזוי מיר היימישע אידן לעבן, און איך בין זיך מתבונן צו זען, ווי אזוי מיר קוקן זיך אן ווי נארמאלע מענטשן, בשעת דאס וואס מיר זעען איז בלויז איין זייט פונעם לעפל, און מען ווייסט ניטאמאל אז עס קען זיין א אנדערע זייט וואס מען זעהט זיך פארקערט, אבער א צווייטן זעהט מען נאר פארקערט און נישט גראד, בשעת וואס יענער זעט זיך גראד און דיר פארקערט.

כלפי מה דברים אמירם, לאמער געבן אפאר משלים און ואידך זיל גמור

ווי באקאנט זענען מזוזת פארברענט געווארן רח"ל אין וומס"ב דורך א פארשוין וואס זאגט אז ער האט עס געטוהן צוליב דעם וואס ער איז אויפגערעגט אז מען פארברענט חמץ ער"פ און מען פארפעסטעט די לופט.
פארשטייט זיך אז עס איז ווייט נישט קיין תירוץ, אבער עס איז אפשר כדאי אויסצושמוסן די אנדערע זייט מטבע ביי די מעשה, ווי אנדערע ענדליכע מעשיות פון דעם סארט.

שטעלט אייך פאר ווען איינמאל א יאר האבען אלע אונזערע ספאנישע שכנים א מנהג צו פארברענען רעדליך פון מאשינן יעדע צוויי דריי גאסן, ווייל אזוי האט מען געטאן אין שפאניע... ( דער סיבה פארוואס איך גיב נישט קיין משל אז מען פארברענט פשוטע זאכן איז צוליב דעם וואס מיר זיצן אין א מצב אז עס איז נארמאל, ממילא וועט מען נישט כאפן דעם פונקט)... פארשטייט זיך אז עס וואלט אנגעמאכט א אומאויסהאלבארע גערוך און שטינק, אז די טעג נאך מכת צפרדע וואלט געווען א משל דערצו, אזש מען וואלט געדארפט וואקן מיט נאז שטאפערס.

נו, וואס קלערט איר? – וואלט געקומען אפאר אידישע חכמים און אונטערגעשטעלט א גוטן פיסל... ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווען אין קעגנזאץ צו אן אנדערע אידישע מנהג... ,וואס דארף מען מער ווען "קנאים" זענען געגאנגען און אינטרגעצונדן א געשעפט אין מאה שערים וואס האט פארקויפט "טרייפענע" mp4 און Ipots און זיי זענען גאר געווען די גבורי חיל, שפעטער ווען די (נציס) ציונים זענען געגאנגן און איין געזעצט איינע פון די שילדיגע קנאים פאר א קורצע צייט האט גאנץ חרדי'זם געשוימט און עס איז געווען א מאסן באגלייטונג צום תפיסה ווי טויזענטע (ארבעטסלאזע) עהרליכע יודן זענען גענגען באגלייטן דעם מקדש שם שמים במסירת נפש.

מען דארף נישט קריכן אזוי ווייט וויאזוי איז צוגעגאנגן דער פארשליסונג פון די טמאנע גל-פז געשעפט אין וומס"ב, און נאך אזעלכע גוטע זאכן, וואס איז, האסט נישט געטשעפט קיין רעליגיע? - האסט יא, דער תורה זאגט אז מען זאל איר אויסמעקן ( פארברענען, אויב עס וואלט זיך אויסגעפעלט) ווען עס קומט צו מאכן שלום, מען זעהט אז שלום איז וויכטיגער ווי א פרשה אינם תורה!!!, האסט נישט פארברענט קיין הייליגס, האסט געטוהן ערגער פון דעם, דו טערעריסט וואס דו בוסט...

און סקווירא פארברענט מען לעבעדיג מענטשען! אלעס מיט סקווירא הכשר... אין קרית יואל פארברענט מען קינדער-היימען ווען עס פעלט אויס...

ירושלים דאמעריקא? – טעהעראן דאמעריקא!

כפרות - פון יאר צו יאר ווערט גרעסער די " צר בעלי חיים פארזארגערס", אבער זיי זענען סתם אנטיסעמיטן.... אמת?! . כאפ נאר א בליק אויף די קליפ ווי אזוי עס גייט צו שחיטה ביי אלאל פלייש, דאס איז שוין בשם קדושה, ערליכקייט... ממש רוצחים!!

ברוך אלוקינו אשר נתן לנו את תורתו, און אלעס וואס דער באשעפער האט באשאפן איז נאר צו באדינען דעם מענטש ממילא מעגן מיר שחט'ן און עסן פלייש... אבער לאמיר פארשטיין, אז איינער איז א מענטשן פרעסער און האט ליב מענטשן פלייש מעג ער איהם אויך הרג'ענען און עסן? וואס איז ער אנדערעש פון די חיה וואס האט אויך צער? נישט אימזיסט האט רבי געהאט ציין ווייטאג אפילו ער האט געזאגט פארן בהמה אז לכך נבראת, ווייל צום שלאגן און צים שחטן איז ער געמאכט, אבער צו האבן צער נישט.

כלפי מה דברים אמורים?

אזוי זענען מענטשן! ווען מען מוטשעט זיך צי לייגן שלאפן די קליינע משהל'ע. ענדליך ליגט ער שוין מיט פארמאכט ע אויגן האלב שלאפענדיג, אבערן פונקט דעמילטס פארט דורך א פלאכע קאר מיט שרייענדע קולות און דאס קינד כאפ זיך אויף, און עס הייבט זיך צוריק אן יו"ט... נו, וואס מיינסטו?! א טוץ מיט פערציג קללות קומען ארויס פון דיין מויל, אויסגיסנדיג די גאנצע תוכחה, באזינגענדיג דאס מענטשהייט, ווי שלעכט מענטשן קענען זיין.

אבער א מינוט, ווי אזוי קוקט אויס אונזער פורים? – דאס איז פשוט שמחה של מצוה, הא? - ביז 3 פארטאגס, זאלט איר זיך נישט וואגן פון טראכטן אפילו פון שלאפן... און מילא דאהי, וואו רוב זענען אידן, אבער לאמיר נעמען א דוגמא פון מאנטרעאל, ענגלאנד און אנדערע פלעצער וואו אידן זענען א קליינער מיעוט... אבער אויב די שטאטישע אינסטאסן וועלן נישט געבן קיין ערלויבעניש, זענען זיי סתם רשעים – ימח שמם.

און מילא ווען עס איז נאר איינמאל א יאר שוין קען מען הערן אבער מארגן איז עס ביי א גרויסן דינער, נעקסטע וואך איז יעדער שילדיג אז אינזערע עסקנים שטיצן נישט דעם זעלבען פאליטישע קאנדידאט....

ברית קודש במציצה בפה ווי אנדערע האבען שוין ארויסגעברענגט, אויב איז עס א פראבלעם, אפילו אינז האלטען אז מצות שאדט נישט, אבער בלומבערג ווערט דערפאר נאכנישט קיין שונא הדת, זיין קאפ פארשטייט פונקט אזוי ווי אונז וואלטן פארשטאנען ווען איינער גייט און געבט איבער א קראנקייט פארן זוהן מיטן אויסרייד פון רעליגיע. אין איראן שמייסט מען מענטשען ביזן טויט מיטן תירוץ 'רעליגיע', יעצט וועמען הארץ עס גייט אויס און זיכט עס אפצושטעלן איז א ראסיסט... אמת?

ווי איינער האט זייער גוט ארויסגעברענגט ביי דו שוידערליכע טראגעדיע פון די גלויבער פאר פאלק אין וומס"ב, ווי אזוי עס וואלט געווען אז אן היימישער וואלט געפירט א קאר ווילדערהייט, און די מידיע וואלט געשריגן אז ער איז א מערדער, וויפעל שופרות וואלטן געבלאזען אז די מידיע זיכט צו דערקוטשענען די חרדישע אידנטום...
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר