בלאט 1 פון 1

ווי איז די קאווע שטיבל צייטונג?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:27 pm
דורך שרייבער
איך האב מיך היינט דערמאנט אז פאריגע וואך האט מען גערעדט פון א צייטונג, ומחמת הטירדות האב איך פארגעסן דערפון היינט האב איך מיך דערמאנט און איך טרעף נישט דעם אשכול, איז עס ארויסגעקומען? איז עס מאחורי הפרגוד? ווי איז עס?

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:34 pm
דורך זר זהב
סיז אין דער ערד. אויב ווילסטע שטארק קעניך דיר מאכן א מציבה מיט א נוסח.. און אפילו מיט א געקראכטע איי דערויף..

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:35 pm
דורך [NAMELESS]
ס'קיקט אויס אז ד'רוילעם האט נישט קאפערירט.
פרעג כעזקעל

---
זר האקט, ניין, ער ווארפט אייער

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:36 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'האב שוין געשריבען אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט,
די וואס האבען געטראכט צי שרייבען, זענען נישט אנגעקומען דערצי, נו לכל הפחות איז עס געווען א שיינער חלום,

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:41 pm
דורך זר זהב
ביי מיר איז דאס געווען א חלום די ערשטע רגע וואס מ'האט עס אויפגעברענגט. דערפאר האביך כמעט נישט פארברענגט אין יענע אשכול, נישט צו מאכן תגובות לבטלה

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 3:10 pm
דורך טרופ תלמיד
חבל חבל...

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 3:13 pm
דורך בעל הבית
זר זהב האט געשריבן:ביי מיר איז דאס געווען א חלום די ערשטע רגע וואס מ'האט עס אויפגעברענגט. דערפאר האביך כמעט נישט פארברענגט אין יענע אשכול, נישט צו מאכן תגובות לבטלה



איך האב נישט געוויסט אז תגובות לבטלה איז אויך אסור?

געמיינט האב איך אז נאר ז.... לבטלה

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:18 pm
דורך געפילטע פיש
תגובה לבטלה איז נאר אסור אויב די כוונה איז שלא להכחיש יפיה.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 6:09 am
דורך נייגעריגער
איך מיין אז מ'זאל אישי'ען דער רשימה פון שרייבער'ס!!
און בעטן ביי זיי.....
נאך אלעם איז דאך געווען א ליסט פון טאלאנטפולע שרייבער וואס האבן צוגעזאגט ארטיקלן!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 2:32 pm
דורך טרופ תלמיד
טרופ תלמיד האט געשריבן:חבל חבל...

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 3:38 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב א בעסער געדאנק. תפסת מרובה לא תפסת. ס'איז דא גענוג געשמאקע ארטיקלען און לענגערע אדורכגעאקערטע אינהאלטפולע שמועסן בדיבוק חבירים, אז מ'זאל נישט ברויכן ווארטן אויף פרישע, אבער אנשטאט, דערווייל נעמען די אלטע, קאפיען און אויסזיפן פון די אומוויכטיגע אומאקטואלע שטיקלעך, און ארויפשטעלן אויף א בלאג. לכל היותר קענסטו עס אויסשטעלן אין פארעם פון א צייטונג, (ווי שבת בלעטל) אבער ס'איז מסתמא שוין צופיהל ארבעט.
אלענפאלס, דאס וואלט זיכער בעסער געווען ווי גארנישט. און וואלט עקשולי אנגעהויבן דעם שוואונג.
ויקרא שמו בישראל "קאווע בלעגל"