בלאט 1 פון 1

גדולי ישראל וועלכע זענען געפאלן

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:05 pm
דורך עסקן בדברים
שלמה המלך: ויהי לעת זקנת שלמה נשיו הטו את־לבבו אחרי אלהים אחרים ולא־היה לבבו שלם עם־יהוה אלהיו כלבב דויד אביו. וילך שלמה אחרי עשתרת אלהי צדנים ואחרי מלכם שקץ עמנים. ויעש שלמה הרע בעיני יהוה ולא מלא אחרי יהוה כדוד אביו. אז יבנה שלמה במה לכמוש שקץ מואב בהר אשר על־פני ירושלם ולמלך שקץ בני עמון. וכן עשה לכל־נשיו הנכריות מקטירות ומזבחות לאלהיהן (מלכים א יא ד-ח)

אלישע בן אבויה

יוחנן כהן גדול

מנחם: יצא מנחם נכנס שמאי, להיכן יצא, אביי אמר יצא לתרבות רעה, רבא אמר... (חגיגא טז:)

ר' אלעזר בן ערך: רבי אלעזר בן ערך איקלע להתם אימשיך בתרייהו איעקר תלמודיה כי הדר אתא קם למיקרי בספרא בעא למיקרא (שמות יב, ב) החדש הזה לכם אמר החרש היה לבם בעו רבנן רחמי עליה והדר תלמודיה. (שבת קמז:)

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:17 pm
דורך קינות גירושין
די רעדסט נאר בגשמיות אדער אויך ברחניות? די נטורי קרתא האבען דאך געזאגט ״רבינו סר מן הדרך״

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:41 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אויף שלמה זאגט די גמרא אין שבת (כמדומה סוף פר' במה אשה) אז שלמה לא חטא, אלא מתוך שלא מחה בבת פרעה מעלה עליו הכתוב כאילו בנה במה וכו', עפעס אזוי.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:45 pm
דורך עסקן בדברים
די גמ' זאגט נאר אז ער האט נישט ממש געדינט ע"ז כפשטא דקרא. איך גיי נישט אריין אין דעם. למעשה איז קלאר אין פסוק אז ער איז געפאלן פון זיין גרויסקייט

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:05 am
דורך ידען
וויזוי האבען זיי געקענט פאלען?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:31 am
דורך שמעקעדיג
עס שטייט דאך שבע יפול צדיק. זעהסט דאך אז מען קען...

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:35 am
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:עס שטייט דאך שבע יפול צדיק. זעהסט דאך אז מען קען...

וועלכע גדולי ישראל זענען נישט געפאלן? אלע זענען געפאלן, נאר זיי האבן זיך צוריק אויפגעהויבן, ווי דער פסוק זאגט כי שבע יפול צדיק וקם, די קונץ איז נישט, נישט אראפצופאלן, די קונץ איז אז אפילו ווען מען איז געפאלן הייבט מען זיך אויף.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:47 pm
דורך עסקן בדברים
ווער קען מוסיף זיין היסטארישע מקורות פון שפעטעריגע דורות? איך קען טראכטן פון דער ליעווער דער ריז'ינער'ס זון וואס איז געגאנגן מיט די משכילים און דערנאך איז ער צוריקגעקומען אבער מער נישט געעווען קיין רבי.
נאך די קריג האט געמוזט זיין אפאר. איך האב געהערט פון איינעם וועגן א חשובער רבי וואס פאר א קורצע צייט נאכן קרוג האט ער זיך נישט אויפגעפירט אידיש אבער דער וואס האט מיר דערציילט האט נישט געגעבן קיין נאמען.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:53 pm
דורך [NAMELESS]
אט דא האט מען אויסגעשמועסט חסידישע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות.
אט דא איז אויסגעשמועסט געווארן גדולי ישראל וואס האבן סעקשואלי געפוטשט.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:40 pm
דורך ר' שמחה
הקדושת לוי מבארדיטשוב היה לו מוחין דקטנות במשך תקופה,
אז שהה בבית חבירו העבודת ישראל מקאזניץ,
התפלל אז במהירות בסידור קטן, שלא כדרכו בהתלהבות ובאש להבה,
דוגמת רבי עקיבא, כשהיה מתפלל בינו לבין עצמו אדם מניחו בזוית זו ומוצאו בזוית אחרת.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:11 pm
דורך עסקן בדברים

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:28 am
דורך הדד בן בדד
יא, איך האב קיינמאל נישט געהעריג אדורך געטון דעם נושא, אבער איך האב שוין אסאך געהערט דערפון, און די קריסטן נוצן דאס אסאך אויף אויפצואווייזן אז דער פויפסט האט באמת יא געטרייט צו ראטעווען אידן, ווייל - אזוי טענה'ן זיי - נאר צוליב דעם האט דער טשיף ראביי זיך גע'שמד'ט צום קריסטנטום, נאכן ווערן אזוי איבערגענומען פון פייוס'ס איבערגעגעבנקייט צו ראטעווען אידן

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 9:32 am
דורך newkave
די סקווירא רבי איז געפאלן ביי א הכנסת ס'ת אין בארא פארק עטליכע יאר צוריק.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:31 am
דורך שעפטל
און רבי בערשעלע ספינקער ז"ל ס'ערשטע יאר אלס רבי

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:20 pm
דורך עסקן בדברים

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:07 pm
דורך עסקן בדברים
ווער קען מפענח זיין די ווערטער אויף זיין מצבה "חרבו חרטיה ושיך אבדיק" (אין די לינק)?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:39 am
דורך ונבנתה העיר
דאס זענען אדמות אין עמק יזרעאל וואס ער האט גואל געווען.