טאגבוך פון א מוזיקאנט אין מירון ל"ג בעומר
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:03 am
איך האב מיך אנגעשטויסן אין דעם ארטיקל אויף עברית, און ס'האט מיך מורא'דיג באנומען נאך וואס דער שרייבער האט אין געציילטע שורות איבערגעגעבן די געפילן וואס שפילן זיך אפ ל"ג בעומר אין מירון, האב איך לטובת די חברים איבערגעזעצט דעם ארטיקל אויף אידיש. פארשטייט זיך אז איינער וואס איז שוין אמאל געווען ל"ג בעומר וועט מער פארשטיין דעם ארטיקל... אבער דאך איז עס אינטערעסאנט פאר אלעמען.
*
"קאנצעטריר דיין אינסטרומענט אינעם מייקרעפאון" הערט זיך די באסאווע שטומע פונעם ארענדזשירער אויפן ספעציעלן פלאטפארמע וואו עס געפינען זיך די שפילערס. "איך מוז זיכער מאכן אז דער קלארינעט דרינגט אדורך די טיפע נשמה סטרונעס פון יעדער וואס געפינט זיך אין ראדיוס פון דעם פלאץ" פירט ער אויס זיין באפעל.
ניטאמאל ווייסט דער ארענדזשירער דעם טיפקייט פון זיין יעצטיגן באפעל. די צוואנציג שטאקעדיגע פארענטשעס קעגן איבער דעם מוזיק פלאטפארמע הייבט זיך צוביסלעך אן אנצופילן מיט אינגעלייט, בחורים און קינדער, א שטופ אהער א שטופ אהין און דער שטח פארענט פון די פארענטשעס ווערט אנגעפילט מיט טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן
וועלכע ווארטן מיט שפאנונג אז דער מעמד זאל זיך אנהייבן. אונז שפילער'ס מאכן די לעצטע צוגרייטונגן אנצוהויבן די סעריע פון ווארימע ניגונים וואס ווערן געשפילט בעפארן אנצונדן די הדלקה, התרגשות'דיגע ניגונים וואס באנעמען א אידישע נשמה, און צינדט אן א פלאקער אין הארץ.
צו די זעלבע צייט שטייט דער אנגעראכטענער מדורה אנגעפילט מיט וואטע און שמן זית למאור. ענדלאזע רייעס פון מענטשן שלענגלען זיך אנצוקומען צו דער מדורה אריינצוגיסן שמן זית און צו מזכיר זיין זיך מיט די משפחה אשר ישנו פה ואשר איננו פה. א התרגשות'דיג בילד פאר זיך.
און אט הייבט זיך עס אן... איך פארמאך די אויגן, איך זע נישט קיין מענטש ארום מיר, דער ניגון באנעמט מיך אינגאנצן, קוים וואס כ'שפיר אז איך שפיל פאקטיש אויף אן אינסטרומענט, מיינע פינגער לויפן פון זיך אליינס אויפן קלארינעט, איך שפיר צוביסלעך ווי איך בין נישט דאהי, איך פאר אוועק אין די העכערע ספערן, איך געפין זיך יעצט אינעם "עולם הנגינה". וואס כידוע איז דער עולם הנגינה זייער נאנט צום עולם התשובה. צדיקים פלעגן זאגן אז מיט נגינה קען מען אנקומען צו גאר הויעכע מדרגות און צו תשובה טון בתשובה שלימה. אן עלעקטעראנישער שטראם לויפט דורך מיין קערפער און געבט צו צום ווארימקייט פון ניגון וואס כ'שפיל יעצט.
איך כאפ א בליק פאר א סעקונדע אויפן ארום, דאס בילד וואס אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן ערלויבן נישט מיינע אויגן זיך נאכאמאל צו פארמאכן. טויזענטער און צענדליגער טויזענטער שאקלן זיך מיטן קאפ אויף ארויף צום טאטן אין הימל, פארמאכטע אויגן און אפענע מיילער און זינגן מיט א העכערן דביקות. איך באמערק פון דערווייטענס מיין חבר מנחם מענדל, וואס הערשט נישט לאנג צוריק האט מען ליידער אנדעקט ביי זיין פיר יעריגער שרוליק די ביטערע מחלה, טרערן פליסן יעצט פון זיינע אויגן אן אויפהער, זיינע ליפן שעפשען א תפילה און זיינע פנים שטריכן זאגן עדות אז ער רייסט איין אז זיין שרוליק זאל ערהוילט ווערן מיט א רפואה שלימה. איך ווער שטארק באנומען און איך שפיר די אויגן מיינע ווערן שוואכער און סטראשען ארויסצולאזן טרערן. איך פארמאך צוריק די אויג און איך האבן אינזין ביי מיר אין הארצן אז מנחם מענדל און שרוליק זאלן שוין זען די ישועה בקרוב ממש. אפאר מינוט גייען פארביי און איך האב מיר ווידער ערלויבט צו עפענען די אויגן, מיינע בליקן שטויסן זיך אן אין א קליין קינד וואס באטראכט זיין טאטן וואס האט זיך פארדערט ס'פנים און זיינע אקסלן ווארפן זיך און צו יעדע שטיק צייט הייבט ער די הענט אויף ארויף און ס'זעט אויס ווי ער דארף א שטארקע ישועה, דאס באאבאכטן ס'קינד מיט זיינע אומשולדיג בליקן אויף זיין פאטער ווי איינער וואס וויל העלפן נאר האט פשוט נישט די מעגליכקייט, נעמט מיך ארויס פון די גלייזן און א ווידערשפעניגדיגער טרער קייקעלט זיך אראפ פון מיינע אויגן.
איין טרער ברענגט ס'צווייטע ביז איך וויין שוין מער ווי איך שפיל, ווען פלוצלינג באמערק איך אויף די רעכטע זייט פונעם פלאטפארמע מיין חבר פון ישיבה שלמה'לע וואס האלט שוין באלד צען יאר פון די חתונה און האט נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, שאקעלט זיך און איז מתפלל, איך טראכט צו מיר אזא אינגערמאן וואלט שוין געקענט האלטן ביי די פערטע חאלאקע פון זיין פערטע קינד, און דא שטייט ער נעבעך קינדערלאז. איך האב שלמהלע אינזין אין הארצן. פונדערווייטענס זע איך מיין קרוב מנחם משה וואס גיבט זיך אפ מיט זיין חאלאקע אינגל משה'לע וואס ער האט געברענגט פון ירושלים קיין מירון, דאס ליבשאפט פון טאטע צו קינד באנעמט מיך ביז די טיפעניש פון מיין נשמה. אביסל ארויפציר דאכט זיך אז איך זע דעם פערצן יעריגן יתומ'ל יאסעלע שטייענדיג אויף די פארענטשעס, פון זיינע בליקן ליינט זיך ארויס זיינע מחשבות: הערשט פאריאר ל"ג בעומר בין איך דא געשטאנען אויף דעם זעלבן פלאץ אינאיינעם מיט מיין טאטע ר' מאיר, און פארלאפענעם חודש שבט האט א ווילדער דרייווער געמאכט א פריצייטיגער סוף צו זיין אינג בליענדער לעבן, און דער טאטע איז מער נישטא מיט אונז. הארט נעבן אים זע איך חזקי שווארץ פון אמעריקע, מיר האבן צוזאמען געלערנט אין די ישיבה, און זיינע פארזארגטע בליקן דערמאנען מיר אז ער האט א ברודער וואס איז לעצטענס פארהאנקעט געווארן מיט די אמעריקאנע רעגירונג אין לעגאלע פראבלעמען און עס דראעט אים שווערע יארן טורמע ה"י. איך קוק מיך ווייטער ארום און איך זע הערש מיילעכ'ן וואס איז נעבעך בלינד געווארן די לעצטע פאר יאר שטייט מיט פארגלאצטע אפענע אויגן אין ריכטונג צום רבי'ן וואס שטייט שוין פארענט פון די מדורה, און בעט א תפילה בזכות ר' שמעון ער זאל געהאלפן ווערן. איך בין פארגליווערט געווארן. די ניגוני התעוררות זענען נארוואס פארענדיגט געווארן ביינעזאם מיט אלע מיינע מחשבות און התרגשות'ער.
איינס, צוויי און דריי: אוי לכבוד התנא אלוקיי רבי שמעוין בר יוחאי...... ברעכט די כאר ספאנטאן אויס, איך דריי מיך אויס אין איילעניש צום ריכטונג פון די הדלקה, פארענט פון מיר זע איך בערג פון מענטש שפרונגן ארויף און אראפ אומקאנטראלירבאר ווי ווילדע ים כוואליעס. איך זע דער רבי נעמט דעם פייער פאקל און דערנענטערט דאס צום הויפן וואטע דורכגעווייקט מיט אויל, דער פונק כאפט זיך אן און אונטער א מינוט גייט שוין א פייער קנויל. עס איז אוממעגליך צו באשרייבן די שמחה, אומצאליגע רינגן פון פייערליכע טענץ ממש נישט פון די וועלט, מיינע פינגער לויפן בליץ שנעל אויפן קלארינעט אן קיין פיזישע שפיר. העכערע כוחות שוועבט אין די ריין קלארע מירון'ער לופט. ווען צווישן די רינגן מערק איך אונזער שלמה'לע טאנצן מיט א אויסטערלישע שמחה, זיין פנים שטראלט פאר פרייד. איך זע משה'לע רייט אויף די אקסלן פון זיין טאטן מנחם משה און שפרינגן צום טאקט פון בר יוחאי לידל. איך זיך ארום יאסעלע צווישן די מאסן, אבער הילד איננו, איך קוק אויף די פארענטשעס אבער איך זע אים נישט, פאר א מינוט הייב איך אן זארגן אפשר האט עפעס פאסירט מיט אים, אבער צו מיין שמחה איז נישטא קיין עק ווען איך דערזע אים אויף מיין לינקע זייט טאנצן א לעבעדיגע קעדאשקע אין צענטער פון א רינג. חזקי שווארץ האצקעט ווי א קינד אין א רינג מיט זיינע אמעריקאנע חברים, איך רייב מיך די אויגן צי איז דאס דער זעלבער חזקי וואס איך דענק פון די ישיבה. הערש מיילעך טאנצט אומאויפהערליך מיט די אפענע אויגן זיינע און אפילו אין זיין ביטערן מצב זעט זיך ארויס שטראלן פון האפענונג פון די דאזיגע אויסגעלאשענע אויגן...
המשך יבוא.