בלאט 1 פון 1
נעשאנעל דזשעאגראפיק טרעוועלערס פארמעסט 2013
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:03 am
דורך עס עפעס
כ'ווייס נישט צי ס'איז שוין דא אן אשכול וואו מ'רעדט ארום איבער די פארשידענע בילדער פארמעסטן וואס די נעשאנעל דזשעאגראפיק מאגאזין האלט אפ יעדע שטיק צייט, דעריבער עפן איך יעצט, ווייל זיי האבן יעצט אנכגעהויבן א פרישן פארמעסט.
אט זענען עטליכע פון די בילדער
ScreenShot002.jpg
ScreenShot003.jpg
ScreenShot004.jpg
און אט איז א לינק צו א באריכט מיט די איבריגע בילדער:
http://travel.nationalgeographic.com/tr ... test/2013/
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:25 pm
דורך יידל
כ'האב געהאט געשריבן איבער דעם לעצטן בילדער פארמעסט דא
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 936#p77936ליידער האב איך נישט ארויפגעלאדנט די בילדער צו קאווע שטיבל נאר געלינקט צו נעשאנעל דזשיאגרעפיק'ס סייט, און יעצט האבן זיי שוין גערוקט די בילד ערגעץ אנדערש און אלע בילדער זענען פארשוואונדען געווארן.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:29 pm
דורך ברסלבער
איבער וואס איז די פארמעסט? איבער די שיינקייט פון די בילדער? די אינטערעסאנטקייט? עפעס אנדערש?
אויב איז עס די שיינקייט, זעה איך עס נישט אין קיין איינ'ס פון די בילדער, שמעקעדיג'ס בילדער פון בינג זענען היבש שענער.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:40 pm
דורך יידל
ברסלבער האט געשריבן:איבער וואס איז די פארמעסט? איבער די שיינקייט פון די בילדער? די אינטערעסאנטקייט? עפעס אנדערש?
אויב איז עס די שיינקייט, זעה איך עס נישט אין קיין איינ'ס פון די בילדער, שמעקעדיג'ס בילדער פון בינג זענען היבש שענער.
אין די אשכול וואס כ'האב צוגעלינקט האט שמעקעדיג געפרעגט אן ענליכע פראגע צו דיר, אויף וועלכע כ'האב אים געענטפערט ווי פאלגנד:
יידל האט געשריבן:עס זענען דא דריי ריכטערס. ... די ריכטערס קלויבן קודם אויס צען בילדער אין יעדע קאטאגאריע באזירט אויף דריי פאקטארן. קריעטיוויטעט, קוואליטעט פונעם בילד און "דזשיניעס/אמת'דיגקייט" פונעם בילד. דאס הייסט אז סתם א שיינע בילד פון אן עלעפאנט וועט נישט געוואונען. די בילד דארף האבן א שטארקע חידוש, אן אויסטרעף, א דערהער. וויבאלד די ריכטערס זענען פאטאגראפירער, גלייב איך אז זיי קענען זען אויף א בילד ווי סאך קריעטיוויטעט ליגט דערין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:50 am
דורך עס עפעס
ברסלב'ער, קענסט אליינס אויך אנהייבן כאפן די שיינקייט פון די בילדער, ווען דו קלערסט אריין טיפער איבער די לעבעדיגע ערפארונג וואס דער פאטאגראפירער פון א ספעציפישן בילד האט געשפירט בשעת'ן עס פאטאגראפירן.
נעם א ביישפיל די בילד פונעם באשעפעניש וועלכער רוהט זיך אפ מיט די אויסגעשטרעקטע פוס. איך פערזענליך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזאנס, און צו שפאצירן אין דזשאנגל אין אפריקע און זיך באגעגענען דערמיט, איז עפעס ספעציעל.
שוין אפגערעדט אז צו קענען אריינגיין אינעם פארמעסט דארפן די בילדער זיין פראפעסיאנאל געכאפט און קלאר.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:26 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:23 am
דורך ונבנתה העיר
און... דער בילד - מיט'ן טיטול 'First Time' -
האט פון צווישן 18,000 בילדער געוואונען דעם צווייטן ארט אינעם היי-יאהריגן טרעוולערס פארמעסט, געכאפט דורכ'ן פוליש'ן פאטאגראפער Agnieska Traczewska.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:39 am
דורך רויטע וואנצעס
Mea Shearim, the ultra-Orthodox district of Jerusalem. Newly married couple Aaron and Rivkeh will be alone together for the first time after their wedding ceremony. Their marriage was arranged by their families. The 18-year-olds met once to confirm the choice; since then they have been prohibited to meet or even talk.
National Geographic Traveler Director of Photography Dan Westergren, one of this year's judges, shares his thoughts on the second-place winner:
"Photography is a powerful tool for showing the ways that people around the world are clearly different but in many ways the same. The Orthodox fur hat and wedding dress are clues that this picture was taken in a very distinctive place. But the smile and laughter of the bride and groom indicate that these are teenagers reacting to a new situation.
"When I look at the image I can't help but think about the nature of love and marriage around the world. Here is a scene that in many parts of the world could be a young couple on their first date. Because of the clothes they are wearing I know that this is not a lighthearted encounter but the beginning of a lifelong commitment. Any photograph that can make me think that much deserves to be a winner."
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:36 am
דורך ונבנתה העיר
עס פארגעסט זיך אמאל אז פארנט פון יעדן בילד שטייט א מענטש מיט א פאטאגראפיע מאשינדל, ער איז אן ערך פון - מן הסתם - 5 פיס מיט עפעס, הונדערט מיט עפעס פונט, און געוויסע ארגינעלע גרימאסן פארעמען זיך אויף זיין פנים, געמישט מיט צוהאקטע פראזן וואס ער פראבירט צו שטאמלן.
נישט אוועקצונעמען פון דעם ערהאבענעם נאטור-מאמענט, די אוניווערסאלע ליבע-קערנדלעך, דאס עקסטאז און צומישעניש מאמענט וואס דער פאטאגראפיסט האט אזוי קונצליך באוויזן צו פארכאפן אין א פארגרעבטע פאטאגראפיר מאשין, און דאס לאזן א ירושה פאר די מענטשהייט, פון הויך-באשפריצטע שופטים ביז פשוט'ע עמך גוים, יעדער זעהט אין איהר דעם טיעפן פאר'שיכור'טן מעסעדש וואס די קאסמאס האבן פאר דאס גאנצע באשאף אייניג.
מיר דאכציך אבער אז הפשוט הוא האמת, די גאנצע סצענע איז פשוט א רעאקציע צו א פוליש'ן גוי וועלכער האט זיך נארוואס אריינגערוקט אין א ירושלים'ער יחוד שטוב און פראבירט מסביר צו זיין מיט שטים לשון וואס ער וויל פון די (אומ)גליקליכע חתן כלה.
וייקץ והנה חלום.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:46 am
דורך אפטעמיסט
אויך איז אינטערעסאנט די מאגערע ארעמע סעודה וואס איז צוגעגרייט פאר דער קעניג און קעניגן. א וואס זעהט אויס צו זיין א פלאסטישע טעלער אנגעפילט מיט שטרוי און בורקס, צעשטרויבעלטע מעסערס, נאפקינס און טריקענע וואסער אין איר ארגינעלער "מי עדן" באטל. אפשר מחמת זה איז חתן דנן אזוי צעטומעלט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 2:04 pm
דורך גוטע פינטעלך
@אפטעמיסט נישט אלס דארפסטו קוקן מיט די ברילן ע"ש דיין ניק, די פלייש אין די טעלער איז די צווי גאנצע עופות וואס ווערן ספעציעל געשחט'ן לכבוד די חתן וכלה, כמנהג ישן נושן לסימן טוב.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:14 pm
דורך קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס פארגעסט זיך אמאל אז פארנט פון יעדן בילד שטייט א מענטש מיט א פאטאגראפיע מאשינדל, ער איז אן ערך פון - מן הסתם - 5 פיס מיט עפעס, הונדערט מיט עפעס פונט, און געוויסע ארגינעלע גרימאסן פארעמען זיך אויף זיין פנים, געמישט מיט צוהאקטע פראזן וואס ער פראבירט צו שטאמלן.
מיר דאכציך אבער אז הפשוט הוא האמת, די גאנצע סצענע איז פשוט א רעאקציע צו א פוליש'ן גוי וועלכער האט זיך נארוואס אריינגערוקט אין א ירושלים'ער יחוד שטוב און פראבירט מסביר צו זיין מיט שטים לשון וואס ער וויל פון די (אומ)גליקליכע חתן כלה.
וייקץ והנה חלום.
[tag]ונבנתה העיר[/tag], די פאטאגראפירער ערקלערט די השתלשלות הדברים אין א ווידיאו אונטערוויו, זי טענה׳ט אז ס׳האט איר גענומען א שיינע פאר יאר יאר זיך אריין צו דרייען און געניסען פונעם צוטרוי פון דעם אינערליכן ירושלים׳ער קרייז, זי האט אנגעהויבן דורך זיך דרייען ביי קברי צדיקים אין פוילן און אפילו שטודירט הלכות כדי זיך בעסער צו באקענען מיט חרדי׳שע אידן:
http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 01,00.htmlאינטערעסאנט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:18 am
דורך איך אויך
ווער עס קען יואליש קרויס פארשטייט אז כנראה האט ער באקומען נישט קיין שלעכטע מטבע פון איר (און די פאקט אז זי איז א אטרעקטיווע בלאנד שאדט אויך נישט..).