מיין נייע "אנטי עסטאבלישמענט" מאוומענט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

מיין נייע "אנטי עסטאבלישמענט" מאוומענט

שליחה דורך חזקיהו המלך »

מיט דעם אשכול טוה איך אפיציעל לאזן אין גאנג די נייע "אנטי עסטאבלישמענט" מאוומענט,

כ'רעזערוויר מיר די רעכט צי ניצען אין דעם אשכול טיטלען וואס זענען שוין קאפירייט'עד ביי אנדערע ווי למשל יושבי חושך וואס איז די אינטעלעקטואלע פראפערטי פין שיטה מקובצת ווייל ער האט דאך אויך געניצט שיטה מקובצת וואס איז שוין באניצט דורעך דעם מחבר פין ספר שיטה מקובצת.

אזוי אויך רעזערוויר איך מיר די רעכט צי אינווענטען שפאגעל נייע טיטלען אין צינעמען אין כ'זאג זיך אפ פין די אחריות פין די נאכפאלגען, אזוי אויך פאר סיי וועלכע שאדען ס'קען ארויס קומען פין דעם אשכול וועט מען נישט קענען קלאגען אין קיין שום געריכט, נאר עס וועט ווערען אויפגעשטעלט א ספעציעלע געריכט אונטער שלאס אין ריגעל ווי דארט וועלען די באטרעפענדע קענען קומען מיט זייערע טענות רעדן צו די ספעציעלע דופן עקומה וואס וועט ווערען אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק, (נאר די וואקסין אינדעסטרי מעג האבען א ספעציעלע געריכט?! וואס עפעס?)

ס'ווערט ציזאמען געשטעלט א ספעציעלע קאנסענט form געשריבען דורעך א כאפטע משוגעים וואס ריפען זיך לויער'ס, ס'וועט זיין א הונדערט טויזענט פעידזשעס לאנג אין געשריבען אויף כינעזיש, ווען ס'וועט זיין פארטיג וועט יעדער וואס וועט ליינען דעם אשכול וועט מיזען מסכים זיין צי די טערימס אין קאנדישענס וואס וועט דארט שטיין, אין ער וועט אויך דארפען חתמנען אז ער האט עס אדורעך געליינט און אז ער פארשטייט עס, (נאר די אלע קארפערעישענס מעגן עס טוהן?! וואס עפעס?)

שוין ס'צייט צי אנהייבען שרייבען בדחילו ורחימו, בני אדם יושבי חושך וצלמות אסירי עני וברזל, אה וויי וויי וויי, כ'דערמאן זיך יעצט פין שיטה מקובצת, נאך אלעם אפילו איך בין נישט מסכים מיט אים אויף זיינע שיטות, נישט דאס ריפען יושבי חושך מיט דעם בין איך מסכים אין פרינציפ אז איך זאל קענען אריינלייגען אין די יושבי חושך קאטאגאריע ווער איך וויל לויט מיין אבזערוואציע, נאר איך לייג פשוט אריין אנדערע פארשוינען אהין ווי ער, אבער כ'וועל מיזען מודה זיין אז די טערמין "יושבי חושך" איז עפעס א געלונגענע טערמין ס'גליטשט זיך עפעס אזוי גוט אריין אין די זאצען, ס'איז עפעס אזא געשמאקע אויסדריק, אין פאר דעם טוען מיר קאנגראטולירען שיטה מקובצת,

שוין, ס'צייט צוצוקומען צים עצם ענין פון אנטי עסטאבלישמענט מאוומענט. איז אזוי, די עסטאבלישמענט דאס איז א געפערליכע זאך, דאס איז א שורש פורה ראש ולענה, דאס איז אזא סם וואס מנפש ועד בשר מכלה, ס'איז אזא סארט באציל וואס טוט אינפעקטירען די מענטשהייט מיט לויטער ברוטאלקייט, אין מען ברויך דאס באקעמפען מיט אלע מיטלען וואס מיר האבען צו די דיספאזיציע,

דאס טוט ברענגען צו א צימישעניש און צו אסימילאציע, דאס ברענגט ראסען האס און מענטשען פרעסעריי,

אין א עסטאבלישמענט ענווייראמענט מערן זיך קרימינאלען און מאסען מערדעריי, ס'ברענגט אן פיראטען און ס'פירט איין קנעכטשאפט, ס'איז ממש לא יאומן כי יסופר וואסערע מכות אשר לא כתובות בתורה דאס טוט אנארבעטען, מען ברויך צו גיסן טאכען טרערן, מען ברויך זיך ווען צו אנטוהן א זאק און גיין שרייען אויף די גאסען און איינרייסען וועלטען אז די דאזיגע נגע זאל אפגעטוהן ווערען פון די מענטשהייט,

עכ"פ אז מיר זענען שוין אין די פאזיציע אז דער עולם פארשטייט שוין די שעדליכקייט פון די עסטעבלישמענט, איז צייט צו אננעמען זאכליכע שריט צו אפטוהן דעם איינפלוס וואס די עסטאבלישמענט טוט במישרין און בעקיפין אויסאיבען אויף אינדזערע קינדער, מען ברויך צו היטען אינזערע קינדער, זיי זענען דאך דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגען,

וואס וועט א טאטע ענטפערען ווען ער וועט ארויף קומען אויבען און מ'וועט עם פרעגען פארוואס האסטע געלאזט דיינע קינדער פארחאפט ווערען פין די עסטעבלישמענט, וואס וועט ער דען ענפערען, זיינע קינדער וועלען דאך טייטלען מיט די פינגער און זאגען אז ווען נישט ענק וואלטען זיי געווען פריי פין די עסטעבלישמענט כפירה אין אפיקורסות, אבער דעמאלץ וועט שוין זיין צי שפעט,

דארף מען זיך יעצט נעמען אין די הענט אריין, אין ארויס קומען מיט א אפיציעלע קול קורא אינטערגעשריבען דורעך אלע ניק'ס, איש בל יעדר, ס'זאל נישט פעלען קיין ניק, און ווער ס'האט מער ווי איין ניק זאל חתמענען מיט אלע, אין אזוי ווען מען ארויס שרייען קבל עולם ומלואו, אז אין לנו חלק ונחלה מיט די טרויעריג בארימטע עסטעבלישמענט אין נישט מיט זייער מעשים תעתועים, מיר שאקלען זיך גענצליך אפ פין זיי, ואנו את נפשינו הצלנו,

אין יעצט אז מיר האבען שוין אינטערגעברענגט די עסטעבלישמענט, גייט מען צירוק צי די צייטען פין וואס עס שטייט אין נ"ך "בימים ההם אין מלך בישראל איש הישר בעיניו יעשה",

סארי כ'האב נישט געקענט איינשלאפען האבעך זיך געזעצט צים קאמפיוטער אין פליצלונג איז דעי ארטיקעל געשריבען געווארען,

אבער נעווער מיינד אז דו האסט געליינט ביז דא מסתם האסטע הנאה געהאט :)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר