בלאט 1 פון 3
הצלה פארטי סומעטוכע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:06 am
דורך ממרום שלח אש
איך גריבל נישט אין שמוץ, אבער כוועל פלאך מאכן די באדן פאר די יעניגע וואס זוכן א בקעה להתגדר בה.
עפעס איז געווען באלערינע טענץ מיט די ריכטיגע טראגע און א 19 יעריגע שיקסע איז געווען עומד בראש. (בעסער ווי די ס"ם זאל זיין בראש (קרעדיט: הבירך))
די ווייבל טענהט אז די לעידיס אקזילערי פון הצלה האט עס מאשר געווען, זאל מען נישט איר בלעמען.
נעמטס מיך איבער, כאב שוין נישט קיין נערוון...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:22 am
דורך שעפטל
עפעס האט זיך געקאכט נאך די ערשטע נאכט אפילו די גויע איז געגאנגן אנגעטוהן בצניעות, און געהערט האב איך אז סאטמאר - 82 האט געהאקט דערויף און מ'האט געזאגט פאר די מיידלעך נישט צו גיין צו די פארטי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:31 am
דורך ידען
א שאד כאב נישט געווויסט פאר דעם.
איך וואלט געגאנגען אדיר געבעטען מיין ווייב צו אפכאפען עס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:52 am
דורך געפילטע פיש
אויב ס'ציהט דיר שטארק צו זעהן בעלעי איז דא גענוג פלעצער אין ברוקלין און מאנהעטען וואו דו קענסט גייט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:38 am
דורך מאראנצןזאפט
פאר א טאלער ביי רעדבאקס, און אומזיסט ביי נעטפילקס אויב האט איר א נייע קרעדיט\דעביט קארד, קענט איר זיך איינהאנדלען די 2011 אקאדאמי אווארד ווינינג פילם 'בלעק סוואן' מיט נאטאלי פארטמאן ( פריינדין פון אברמי קארפן).
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:53 pm
דורך נולד מאוחר
וואס פונקטלעך איז פארגעגאנגען ביים הצלה פארטי?
ווער האט וואס געטאן?
שוין לאנג וואס כ'וויל ווערן א הצלה מעמבער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:45 pm
דורך שמעקעדיג
העכער די זיבעציגסטע געבורטסטאג ווילסטו ווערן א הצלה מעמבער??
מ'עט דיך רופן מעמבער מאוחר...
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:13 am
דורך נולד מאוחר
מיין רצון איז בעיקר אויף שבת.
א קאר פרייטיג צינאכטס אדער שבת נאכמיטאג איז העלפאל.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:14 am
דורך שמעקעדיג
הא הא הא..........
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:21 am
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:העכער די זיבעציגסטע געבורטסטאג ווילסטו ווערן א הצלה מעמבער??
מ'עט דיך רופן מעמבער מאוחר...
געוויסע הצלה מעמבערס זענען מולד א מאוחר בעסער געזאגט א מאוחרת ווי בענדשדי'ס מדרש שאינו מצוי.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 5:03 pm
דורך ידען
הצלה אונטער פייער
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 5:07 pm
דורך חרדים
וואס מיינט באלערינע?
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 5:48 pm
דורך נולד מאוחר
''הזדעזעזי וויליאמסבורג'' כהאב קאנפירמט מיט צוויי וויליאמסבורג קאנטעקטס. מהאט עס נישט געשפיערט.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 6:50 pm
דורך ידען
נולד מאוחר האט געשריבן:''הזדעזעזי וויליאמסבורג'' כהאב קאנפירמט מיט צוויי וויליאמסבורג קאנטעקטס. מהאט עס נישט געשפיערט.
מע האט שוין אזוי פיל געשאקעלט וויליאמסבורג אז מע שפירט מער נישט.
(אזוי ווי איך שפיר שוין נישט ווען איך פאר אויף די subway, ווייל כאב שוין געזעהן אזוי פיל )
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 6:51 pm
דורך ידען
חרדים האט געשריבן:וואס מיינט באלערינע?
אזא מין הייליגע טאנץ
נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2013 9:37 pm
דורך smart
וואסערע פראגראם האבן זיי טאקע דארט געהאט? וומען האבן זיי געברענגט? אפשר קען איינער פארציילען
נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2013 10:56 pm
דורך נולד מאוחר
smart האט געשריבן:וואסערע פראגראם האבן זיי טאקע דארט געהאט? וומען האבן זיי געברענגט? אפשר קען איינער פארציילען
נא ווי venus ווען מ'דארף איר
נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:03 pm
דורך ידען
זי וואוינט אין וויליאמסבורג?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:25 am
דורך אבי גערעדט
מטורפים, שמוציגע פאשקעווילן שרייבער און ווארפער, הצלה האט אייך אינזין געהאט און אויפגעשטעלט א פעסיכיאטער אפטיילונג פאר אזאלכע סייקאוס ווי ענק, זיי שרייבן טאקע אין זייער צייטונג אז דער אפטיילונג האט זיך שטארק פארשפרייט לעצטנס.
איך הייב אן טראכטן אז די פאשקעווילן איז גאר א אדווערטייזמענט פאר הצלה, ארויסצוהייבן די וויכטיקייט פון זייער חולי הנפש אפטיילונג, נא ווי זענען דא קאנספיראציארן ווען מ'דארף זיי?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:30 am
דורך בדחן
אבי גערעדט האט געשריבן:מטורפים, שמוציגע פאשקעווילן שרייבער און ווארפער, הצלה האט אייך אינזין געהאט און אויפגעשטעלט א פעסיכיאטער אפטיילונג פאר אזאלכע סייקאוס ווי ענק,
כמוך כמנו בין איך אויך קעגן די פאשקעווילען, דו האסט אבער א געוואלדיגע מהלך ווי אזוי זיך ארויסצוברענגן,
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:33 am
דורך לעמאן דזשוס
בדחן טייערע, פארוואס פאר א גוט יאר ביזטו אבער קיינמאל נישט דער וואס זאל ארונטערייסן די פאשקעווילעכצער, נאר די קעגנער ליבערשט, עס וויל זיך מיר פארשטיין.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:37 am
דורך משה געציל
אויף דעם איז שוין דא גענוג וואס זענען מוחה, בדחנ'ס שטעלע איז צו זאגן זיין מיינונג דארט ווי עס הערשט א חלל.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:45 am
דורך בדחן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:בדחן טייערע, פארוואס פאר א גוט יאר ביזטו אבער קיינמאל נישט דער וואס זאל ארונטערייסן די פאשקעווילעכצער, נאר די קעגנער ליבערשט, עס וויל זיך מיר פארשטיין.
איך וואלט דיר געענפערט, איך וויל אבער נישט פארדרייען אזא וויכטיגע אשכול..
אגב, עס איז דא גענוג פלעצער דא און שטיבל פקח עניך וראה,
מיין מיינוג איז געווענליך די דרך הממוצע, נאר והיה אויב איך דארף מאכען א אויסוואל צווישען די ראדני מהלך לעומת א עקסטרעם לינקע מהלך, וועל איך ענדערש נעמען די ראדני מהלך, ווייל סוכ״ס אפילו מיט די גאנצע ראדני פאנאטישקייט קען מען דארט טרעפן א שמחת החיים, משא״כ מיט די מהלך פון זיין עקסטרעם לינק לשם לינק ווייל מען איז אויפגערעגט אויפן עבר, און מען איז אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט - אפילו די אויפגעקעלעקרייט ברענגט נישט קיין שום בענעפיט - אלעס צו אנטלויפן פינעם עבר, דאן איז שוין בעסער נישט צו זיין אויפגעקלערט און אויסוועלן א א נישט בא׳טעם׳טע עבר קעגן א גאר אומזיכערע עתיד.