בלאט 1 פון 1
כ'וויל נישט שטעכן די אויגן... -- :-)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 3:19 pm
דורך זר זהב
איר קענט עס טון אויף די אייגענע ריסק, איך באווארען יעדן איך זוך מיר נישט קיינייעהארע... האב איך זיך אראפגעזעצט מיט מומחים פראפאסיאנאלן אין דעם פעלד, און מ'האמיר אפילו גערופן רבנים זאל מתחת עצה זיין נעמליך וויאזוי געב איך איבער דא די גאר גוטע נייעס מצדינו, אבער אן די שלעכטע נאכפאלגן וואס קען ח''ו פאסירן.
מאנכע קענען ווערן גאר גאר דזשעלעס... אנדערע וועלן פאלן אין חלשות. ווידעראום אנדערע אנדערע וועלן ווערן מוטלאז און אויפגעבן, טראכטענדיג אז זיי קענען דאס קיינמאל נישט עררייכן... איז מען געזיצן און געזיצן געטראכט און געטראכט וויאזוי צו אפראטשען די זאך זייער זייער קערפולי. פון איין זייט נישט צו שאקירן די קאווע טרינקער, אבער דאך געבן א טשאנס פאר וועל ס'וויל הערן און עס ליינען זאל קענען כפי רצונו, און ווער נישט נישט.. די נייעס מוז אבער אויף עפעס אנויפען ארויסגיין.
איז אזוי, די פריידיגע בשורה איז מתחלתה א ''רואה ואינו נראה''!, ס'טייטש אזוי, איר קענט דא אריינקליקן אין דעם אשכול און אוועקגיין אן קנאה, אן תחרות, אן זיין מוטלאז אד"ג... אבער די וואס האלטן אז זיי קענען יא, און זיי קענען דאס נעמען אויף די אייגענע אחריות, וועליך אויסזאגן וויזוי אנצוקומען דערצו.
נעמט דעם מויזל און טוט ביטע א לעפט דאבעל-קליק דא אינדערמיט, אזוי ממש דא אונטער וואו איך הער דא אויף צו שרייבן.
[center]7000!!![/center]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:05 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב, מזל טוב! ערעב זר.
איך בין זיך מחי' מיט דיינע תגובות, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין.
יעצט גייט מען מאכן א נייע סיין? אדער מען וועט פשוט רעדאגירן די אלטע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:20 pm
דורך שמעקעדיג
שטעכן אויגן? עס איז אונזער געוווינס!
מזל טוב זר זהב! מזל טוב קאווע שטיבל!!
איך וואונטש דיר אז אנצוקומען צו די נעקסטע טויזענטער זאל נעמען א לאנגע צייט. זאלסט זיין פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן.
פארוואס וואונטש איך דיר עס? ווייל כל המתפלל בעד לחבירו והוא צריך לאותו דבר וכו'........
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:30 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וואונטש דיר אז אנצוקומען צו די נעקסטע טויזענטער זאל נעמען א לאנגע צייט. זאלסט זיין פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן.
פארוואס וואונטש איך דיר עס? ווייל כל המתפלל בעד לחבירו והוא צריך לאותו דבר וכו'........
אוי וויי דאן פעלט דאס אין דעם "בעד חבירו".
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:06 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב זר'ל, ס'דאך ממש ענבי בגפן בענבי הגפן, זאל די אייבישטער טאקע העלפן ס'זאל זיין זרל ברך ה', און ווי שמעקעדיג ווינטשט דיר ביי יעדע טויזענט נאכאמאל, אז די נעקסטע טויזענט זאל דיר נעמען זייער לאנג אז דו זאלסט שוין טרעפן א דשאב. (נישט ביי א קעש ריווארס קארד ודעימי').
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:36 pm
דורך נולד מאוחר
מזל טוב. סזאל מקיום ווערן שבע יפול צדיק בקרוב.
פרעג מיך נישט פשט אזוי האט מיר איינער לעצענס געווינטשען צי מיין 70סטע געבורטסטאג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
WOWOWOWOWOWOW
זר איז א היראו!!!
געבענטשט זאל זיין די טאג וואס די ביסט געקימען צו קאווע שטיבעל (ביידע מאל)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:42 pm
דורך נולד מאוחר
''ביידע מאל'' לאל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:44 pm
דורך שמעקעדיג
70'סטע געבורטסטאג... לול!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
דו מיינסט מ'סתם דריי מאל, די ערשטע מאל, און נאכן קריג\סומאטאכע, און יעצט אלס
זרש כסף.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:05 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז פשט פון די נייע ניק זרש כסף, סאיז דיין ווייבס?
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:10 am
דורך זר זהב
ניין מיין שוויגערס
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:14 am
דורך נולד מאוחר

ערענסט גערעדט וואס עפעס דארפסטו נאך א נאמען?
מיין ווייב האט מיר ציגעזאגט ווען איך ריטש 2000 תגובת לערנט זי מיט מיר אידיש שרייבן.
איך טריי עס פארשנעלערן.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:18 am
דורך זר זהב
ס'א בחינה ווי ער ואונן.. כאב געגליכן צו זעהן מיין ניק מיט א גלאטן 7000 תגובות, האביך געוואלט אביסל שרייבן מיט יענע. יעצט איז עס שוין פארפאטשקעט
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:22 am
דורך שמעקעדיג
ער ואונן? אוי סימיר גוט
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:30 am
דורך נולד מאוחר
האסט באשאפן א ניק לבטלה?
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:44 am
דורך געפילטע פיש
מוציא זרש לבטלה... אוי וויי!
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:56 am
דורך שמעקעדיג
די נעקסטע ניק: זרע נחושת!
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:32 am
דורך טעפל
אוי מזל טוב זר כ'האב נישט באמערקט דעם אשכול ביז יעצט א הארציגען מזל טוב פאר'ן איד וואס געט זיך אזוי אפ מיט'ן קאווע שטיבל, אזוי איינער האט שוין געזאגט דא :קאווע שטיבל איז זר און זר איז קאווע שטיבל!!!
איך וועל שרייבען וואס כ'האב שוין געשריבען ביים פיער טויזנט און ביי פינעף און ביי זעקס טויזענט:
מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום אכטען טויזנט תגובות!!!
אבער נאך אלץ ווילען מיר דיר שטארק האבען דא, זיי ממשיך אופן גוטן אופן, (מיט א דזשאב אינדערזייט)