בלאט 1 פון 11

ספירה דערמאנונג

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 9:11 pm
דורך ידען
מסתם זענען נאכנישט דא וואס האבן פארגעסן ציילן ספירה ווען מען האלט נאך קוים דעם פערדן טאג, אבער עס קען זיך מאכן , נאכדערצו ווען מען אריינגעטינקען אינעם קאווע, וועל איך לייגן א רעמיינדער דא און אפשר וועט זיך איינער דערמאנען און וועט ציילן די ספירה פונעם טאג. והיה זה שכרי.

היום ארבעה ימים לעומר

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 9:18 pm
דורך ידען
איך האב גראדע געהערט פון א ענין פון איבערזאגן די ספירה אויך בייטאג.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 9:22 pm
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:איך האב גראדע געהערט פון א ענין פון איבערזאגן די ספירה אויך בייטאג.

אין בארת המים פון ר' הירש מרימנוב שטייט אז מען זאל ציילן לכה"פ 9 מאל א טאג ספירה.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2012 9:29 pm
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:מסתם זענען נאכנישט דא וואס האבן פארגעסן ציילן ספירה ווען מען האלט נאך קוים דעם פערדן טאג, אבער עס קען זיך מאכן

מעשה שהי':
די צווייטע נאכט פסח נאכן סדר; ראובן פרעגט פון שמעון, קענסט מיך אפשר מוציא זיין מיט די ברכה פון ספירה?
שמעון: קוים די ערשטע נאכט און שוין קענסטו נישט מאכען א ברכה? וואס איז מיט דיר?
ראובן: אפס יעצט קענסטו שוין אויך נישט היינט ציילן מיט א ברכה

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 10:34 pm
דורך קאווע טרינקער
היום חמשה ימים לעומר

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:23 pm
דורך לאדיך אפ
קאווע טרינקער האט געשריבן:היום חמשה ימים לעומר

האסט מיר געהארגעט די ברכה ווייל איך זאג ארויס די ווערטער וועלכע איך ליין... דזשאסט קידינג.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 9:15 am
דורך קאווע טרינקער
די לשם יחוד און "רבונו של עולם" קענסטו נאך אלץ זאגן. און דאס איז דאך די עיקר.
בד"וו, שוין יארן וואס איך באגעניג זיך מיט זאגן די ברכה, ספירה, און פאר עקסטער קרעדיט - הרחמן.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 10:29 am
דורך יידל
מיר האט אלס געבאדערט אזא פראגע: די וואס לייענען ספירה נאכן סדר - פארוואס גייען זיי אין שול דאס צו זאגן? איז דא עפעס אן ענין פון ציילן ספירה ברבים? בשלמא די צווייטע נאכט, דארף שוין דער בעל תפלה מוציא זיין געוויסע מיט די ברכה. אבער די ערשטע נאכט קען דאך נאך יעדער זאגן א ברכה? נאך מער, אסאך מאל קומט מען אן אין שול און ס'מאכט זיך נישט קיין מנין, זאגט מען עס 6-7 אידן צוזאמען. פאר דעם דארף מען גיין אין שיל?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 2:04 am
דורך דעינעש
לשם יחוד, ברכה,

Sefira: 8 Days - Hayom Shmona Yamim Sh'Hem Shavua Echad V'Yom Echad LaOmer

(Sign up @: http://www.tefillos.com/rebyid.asp)

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 10:11 pm
דורך שמואל הלוי
היום תשעה ימים שהם שבוע אחד ושני ימים לעומר

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 12:27 am
דורך זר זהב
אויב ציילט מאן איינאכט אן א ברכה קען מען ציילן מיט א ברכה די נעקסטע נאכט ?

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:50 am
דורך לאדיך אפ
זר זהב האט געשריבן:אויב ציילט מאן איינאכט אן א ברכה קען מען ציילן מיט א ברכה די נעקסטע נאכט ?

יא אודאי.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:53 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:אויב ציילט מאן איינאכט אן א ברכה קען מען ציילן מיט א ברכה די נעקסטע נאכט ?

מ'קען ציילען מיט א ברכה אויב מ'האט נאך קיינמאל נישט אויסגעלאזט א ספירה.
באמת, מה נפק"מ יא ברכה נישט ברכה. די עיקר מצוה איז די ציילען. אז די ווילסט משלים זיין מאה ברכות נאדיר נאך א קוקו-קולא.
בד"וו אין איינע פון די היינטיגע פוסקים שו"ת, ווערט גע'פסק'נט בנוגע א רב וואס האט פארפאסט א ספירה (למשל ער האט געדאוועט אין א צווייטע ביהמ"ד א נאכט פריער) מעג היינט ביינאכט ציילן אין זיין ביהמ"ד מיט א ברכה ברבים, כדי נישט צו מבויש ווערן..................................
נורא נוראות. (באמת, מן הסתם מיוסד הפסק על הפוסקים שבכל יום מצוה בפני עצמו)
והיינו טעמא דעירוב, אז צוליב פוליטיק קען מען פסק'נען אז מ'קען מאכן א ברכה אויף עירובי חצירות, עירוב בתוך עירוב.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 12:07 pm
דורך דולה ומשקה
דער וואך איז די וואך פון 'גבורה', לאמיר טאקע אינזין האבען איזהו גבור הכובש את יצרו, לאמיר פרובירען צו מאכען א ריכטיגע הכנה צו מתן תורה.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:18 pm
דורך זר זהב
נעכטן נאכט בין איך אין שול נישט געגאנגען, ביניך געקומען דא ציילן און איך זאג די ספירה אזוי ווי רבי שמואל הלוי האט ארויפגעלייגט, נאכער כאפעך זיך אז כאב קיין ברכה נישט געמאכט. סוי פליס לייגט ארויף באפאר די ספירה די צוויי ווערטער "ברוך אתה" מ'זאל נישט פארגעסן די ברכה, א דאנק.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:27 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:נעכטן נאכט בין איך אין שול נישט געגאנגען

האסט גוט מתפלל געווען שבת החודש ביי "חיים שאין בהם בושה וכלימה" ;)

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:36 pm
דורך זר זהב
איך וואוין ווייט פון א שול, איין שול בשכינות האט נאר איין מנין ביים זמן.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:39 pm
דורך משה געציל
יידל האט געשריבן:מיר האט אלס געבאדערט אזא פראגע: די וואס לייענען ספירה נאכן סדר - פארוואס גייען זיי אין שול דאס צו זאגן? איז דא עפעס אן ענין פון ציילן ספירה ברבים? בשלמא די צווייטע נאכט, דארף שוין דער בעל תפלה מוציא זיין געוויסע מיט די ברכה. אבער די ערשטע נאכט קען דאך נאך יעדער זאגן א ברכה? נאך מער, אסאך מאל קומט מען אן אין שול און ס'מאכט זיך נישט קיין מנין, זאגט מען עס 6-7 אידן צוזאמען. פאר דעם דארף מען גיין אין שיל?

עי' באה"ט סי' תפ"ח ס"ק כ וז"ל, כתב השל"ה במקןם שיש חבורה שמתפללין מעריב בזמנו ראוי להתחבר להם בימי הספירה כי אז מצוה גוררת מצוה ק"ש בזמנו "וספירה בציבור" עכ"ל.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:16 am
דורך שמואל הלוי
ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על ספירת העומר

היום עשרה ימים שהם שבוע אחד ושלשה ימים לעומר

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:18 pm
דורך שמואל הלוי
ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על ספירת העומר

היום אחד עשר יום שהם שבוע אחד וארבעה ימים לעומר

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 10:43 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ
א מזל כ'טרינק קאווע אין קאווע שטיבעל טעגליך.
יעצט כאפ'עך זיך אז כ'האב נישט געציילט נעכטען.
סאו כ'צייל יעצט, אזוי ארום אז פרייטיג צו נאכטס זאלן מיינע קינדער הערן ווי זייער טאטע מאכט יא ברכה על ספירת העומר.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 11:22 am
דורך שמואל הלוי
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ
א מזל כ'טרינק קאווע אין קאווע שטיבעל טעגליך.
יעצט כאפ'עך זיך אז כ'האב נישט געציילט נעכטען.
סאו כ'צייל יעצט, אזוי ארום אז פרייטיג צו נאכטס זאלן מיינע קינדער הערן ווי זייער טאטע מאכט יא ברכה על ספירת העומר.

אפילו אויב חלילה נישט, קענסטו זיך התלהבות'דיג מיטשאקלען ביים ברכה, און אפילו מיטזאגן מיטן עולם אן שם ומלכות פארשטייט זיך.

Re: ספירה דערמאנונג

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 11:08 pm
דורך זר זהב
ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על ספירת העומר

היום שנים עשר יום שהם שבוע אחד וחמישה ימים לעומר

הוד שבגבורה