בלאט 1 פון 1

אמונה גארטען - ר' שלום ארוש שליט"א

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:41 pm
דורך ידען
כאב שוין א סאך מאל געהערט פון מענטשען אז די ספר איז זייער אינטערעסאנט און אז מע האט שוין עס געפרינט א סאך מאל און אויף זייער א סאך שפראכען.

ווער איז דער רב ארוש?

וועמענס תלמיד איז ער?

כאב געהערט אז ר' לעזער בראדי וואס האט זייער א סאך דרשות אין ענגליש און זייער זיסע שפראך האלט איהם פאר זיין רבי און רעט פון איהם ווי פון די בעש"ט הק'.

(ר' לעזער בראדי האקט זייער א סאך אויך די אינטערנעט, און ער איז אויך אויף די אינטערנעט. איך געדענק שוין ניטש פאר וואס ער מעג יא זיין. אבער מן הסתם קענען די חסידישע רביס אויך האבין א תירץ אויף זיין אויף די נעט)

וואס איז די ספר?

סע מער ווי למשל די ארחות צדיקים? אדער חובת הלבבות?

איך קעניש לייענען ווייל מיין מוסר נעמעך פון דא אין קאווע שטיבל, אבער אויב סע זייער גוט, אפשר וועלעך יא עס לייענען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
די פרויען אין וויליאמסבורג האבן זייער אויפגעפיקט זיינע ספרים. י.מ. סופר האט טאקע זייער געהאקט אויף אים אין די צייטונג ווייל זיינע השקפות זענען נישט געניג ריין

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:45 pm
דורך טאמבל סאס
אבער מ'דארף אכטונג געבן. נישט אלע זיינע ספרים מעגן למשל פרויען ליינען ווייל זיי וועלן נאך חלילה געוואויר ווערן אז ער שרייבט פונקט פארקערט, וואו אין די בוך וואס איז פאר זיי געמאכט.

בגן רבי שלום

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך האב איצטערט ארויסגעשטעלט א באשרייבונג איבער הרב ארוש ביי די 'משפיעים און השפעות' אשכול.

Www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=108864#p108864

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:12 am
דורך זרש כסף
ראשעקאל האט געשריבן:די פרויען אין וויליאמסבורג האבן זייער אויפגעפיקט זיינע ספרים. י.מ. סופר האט טאקע זייער געהאקט אויף אים אין די צייטונג ווייל זיינע השקפות זענען נישט געניג ריין

ס'דאך אויך געווען א ק"ק פון עטליכע רבני ברסלב קעגן איינע פון זיינע ביכער