עס פעהלט אייך פריינד? איר שפירט איינזאם? אויסגעשלאסן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4265
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3675 מאל

עס פעהלט אייך פריינד? איר שפירט איינזאם? אויסגעשלאסן?

שליחה דורך טאמבל סאס »

[justify]דו פיהלסט אמאל אז דו האסט פראבלעמען צו פיהרן געשפרעכן מיט אנדערע, כאטש דו האלטסט זיך פאר גאר א קלוגע אינטעליגענטע פערזאן?
אויב יא, וואונדערסטו זיך מסתמא. "פארוואס ביסטו אזוי שוואך אין מאכן חבירים, אדער געשמאק פארברענגען מיט אנדערע, כאטש דו ביסט אזוי קלוג און דו ווייסט אזויפיהל אינטרעסאנטע זאכן.

די אמת איז אז סאושעל טאלאנטן און אינטעליגענציע מוזן נישט אלעמאל גיין צוזאמען.
אין פאקט. אסאך מענטשן מיט דורכשניטליכע אינטעליגענץ און געווענליכע אינטערעסע זענען פיהל בעסער אין שמועסן פון דאס און יענץ, און פארמאגן בעסערע סאציאלע טאלאנטן ווי מענטשן וואס זענען אויסטערליש אינטעליגענט.
פארוואס איז עס אזוי?
פאלגענד זענען עטליכע סיבות פארוואס גאר קלוגע און קריעיטיוו מענטשן האבן אפט שוועריגקייטן אין פיהרן פשוטע שמועסן סוקסעספול.

1) זיי קענען זיין פערפעקשאניסטס. די סארט מענטשן קענען האבן צומאל גאר הויכע ערווארטונגען פון זיך איבער אלעס וואס זיי טוען. און אויב שפירן זיי אז זיי זענען אדורכגעפאלן אויף עפעס, פסק'ען זיי זיך אפ גאר שנעל און הארב.
2)מענטשן וואס זענען זייער קלוג, האבן צומאל אוועקגעגעבן מערסטנס פון זייער לעבן כדי צו ווערן מער אינטעלעקטואלי אנטוויקלט. אבער צומאל פארנאכלעסיגן זיי צו אנטוויקלען זייער סאציאלע און עמאציאנאלע טאלאנטן.
3) זיי קענען זיין גאר ערנסטע מענטשן, און גלייבן אז זיי מעגן בלויז אוועקגעבן זייער צייט אויף טראכטן איבער ערנסטע נושאים, און רעדן איבער ערנסטערע ענינים. זיי וועלן גלייבן אז רעדן איבער אומוויכטיגע זאכן איז אנגעברענגט די צייט. דאס מאכט זיי ווערן שנעל באורד מיט סתם פלוידערייען וואס קוקט נישט אויס ס'זאל פירן ערגעצוואו.
4) אין געוויסע פעלער וועלן מענטשן וועלכע זענען קלוגער ווי דורכשניטליך, זיך פיהלן העכער ווי אנדערע, און גלייבן דעריבער, אז זיי דארפן נישט פארברענגען זייער צייט מיט געווענליכע מענטשן, און האבן מיט זיי געווענליכע שמועסן. ד.ה. אז זיי קענען צומאל באמת זיין סנאבס (בעלי גאה) טיף אין הארץ
5) אסאך גאר אינטעליגענטע מענטשן ליידן פון עקסטרים שעמוועדיגקייט אדער פון ארימע זעלבסט-חשיבות. דאס קען מעגליך זיי מאכן שפירן אז זיי האבן גארנישט אינטרעסאנט אדער ווערטפול אויפ'ן מינוט, צוצוגעבן צו א שמועס. הויכע אינטעליגענץ מיט הויכע סעלף עסטים גייט נישט דוקא צוזאמען.
6) אסאך זייער קלוגע מענטשן, באזוינדער די וועלכע זענען שטארק אין סייענטיפישע און מאטאמאטישע טאלאנטן ליידן פון א שוואכקייט גערופן אספערדזשערס סינדראם. די צושטאנד וועלכע איז ווי מ'גלייבט פארבינדן מיט אוטיזם, קען זיך ארויסווייזן אין אסאך סארטן אופנים.

אפטמאל, דער וואס (ליידט) פון א געוויסע שטאפל פון אספערדזשערס איז מורא'דיג גוט אין זיך קאנצערטרירן אויף א סייענטיפישע סאבדזשעקט. אבער איז נישט אומשטאנד צו פארשטיין די סארטן סאציאלע אויפפירונגען און בעהעיוויערס צווישן חבירים, וועלכע רוב מענטשן נעמען פאר גרענטעד. מענטשן מיט אספערדזשערס קענען צומאל רעדן אין א ניגון-לאזע אומבויגוועדיגע מעכאנישע וועג, און אויסקוקן אומאינטרעסאנט אין אנדערע מענטשנ'ס עמאציאנאלע לעבנס.
אן אינטעליגענטע בריליאנטענע מח איז בלויז איין אספעקט פון א בשר ודם. נישט קיין נ"מ ווי קלוג א מענטש איז, א מאנגל אין סאציאלע טאלאנטן קען אים האלטן צוריקגעבליבן אין זייער סאושעל לעבן און קאריערע.

אויב דו ביסט איינע פון די סארט מענטשן, וואס איז היבש קלוג, אבער האט פראבלעמען מיט סאציאלע באציאונגען און אין מאכן קליינליכע געשפרעכן מיט מענטשן, וואס זאלט איר טוהן?
צוערשט, מוזטו זיך אליין פרעגן, אויב פארבעסערן דיינע סאציאלע טאלאנטן איז עפעס וואס דו ווילסט אמת'דיג טוהן.
אויב וועט די ענטפער וועט באמת זיין: ניין! דאן דארפסטו נישט ארבעטן צו פרובירן פארבעסערן די ספעציפישע טאלאנט.
אין פאל די ענטפער איז יא! האב איך פאר אייך גוטע נייעס. דו קענסט באמת פארבעסערן אייערע שמועסן טאלאנטן, און דיין מעגליכקייט יא צו הנאה האבן פון סתם פלוידערייען. און האבן א געשמאקע סאושעל לייף מיט אנדערע.

וועסט זיך דארפן צובינדן און אבליגירן זיך איינצוגעוואוינען און פראקטאצירן די נייע סקילס און גוטע באנעמונג צווישן דיר און אנדערע. אבער מיטן חזר'ן, און זיך באפלייסן דערין וועסטו מצליח זיין צו ווערן אסאך מער ערפאלגרייך אין די דאזיגע שטחים פון דיין לעבן.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר