בלאט 1 פון 1

ווארפט ארויס אייער אויוון פון דערהיים!

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:23 am
דורך געפילטע פיש
אויב האט איר אן אויוון אינדערהיים, זאלט איר וויסן אז איר האט א חלק אין אלע מענטשן וואס אויוונעס אינדערהיים, און איר האט א חלק אין אלע עבירות וואס ווערן געטוהן דערמיט, וויפיל פרייע אידן ל"ע קאכן און באקן נבלות וטריפות, וויפיל פון זיי קאכן בשר בחלב, און מיט דעם וואס איר האט אן אויוון אינדערהיים זענט איר א מתחבר לרשע, און דער וואס איז זיך מתחבר לרשע, איז אין אלע עבירות וואס דער רשע טוט האט ער א חלק דערין. קומט אויס אז איר טוט גאר אסאך געפערליכע חטאים ח"ו, כאטש איר האט גארנישט הנאה דערפון, אבער אוי לרשע אוי לשכינו, ווייל איר אלע וואס האבן אויוונעס אינדערהיים האט א חלק אין דעם. און אזוי שטייט מפורש אין אבות דרבי נתן אז ווער עס איז זיך מתחבר צו רשעים, כאטש ער טוט נישט ווי זיי, ווערט ער באשטראפט פונקט ווי זיי.

קומט אויס אז מיט דעם וואס איר האט אן אויוון אינדערהיים, וואס מיט אויווענעס עסן מיליאנען פרייע אידן נו"ט, בשר בחלב, און כל מיני מאכלות אסורות רח"ל, זענט איר מחובר צו די אלע רשעים פון די גאנצע וועלט און איר האט א חלק אין אלע זייערע עבירות און מאכלות אסורות רח"ל.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:30 am
דורך איחוד פעלד
וואט דער העק.....

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:33 am
דורך געפילטע פיש
אזוי האב איך געזען אין א צעטעלע די וואך אין סמעדרעש.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:45 am
דורך נולד מאוחר
אינטערנעט במקום אויוון?
ווי אזוי מאך מיין געפילטע פיש אויב ווארף איך ארויס מיין אויווען?
אויב עפענסטו אן אשכול אויף יעדען צעעעל וואס די זעסט אין ביתמדריש מיין איך סבלאנגט און צימעס.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:33 am
דורך געפילטע פיש
נישט יעדע, נאר א צעטיל פון א גרויסע רבי, א חשובע איד, און וואס ער זאגט איז דאך אזוי לעכערליך תורה'דיג און לאגיש, אז ס'מיר געווען אינטערעסאנט.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:36 am
דורך נולד מאוחר
ער גייט שוין אין כתה אלף.

סדנא דערא חד הוא. זעמיר מחובר צים רשע.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:39 am
דורך דעת תורה
סאיז גארנישט קיין וויץ. יעצט פרייטיג איז געווען אין די נייעס אז עי טי ענד טי גייט אנהייבן פארקויפן אזאלכע כלים וואס ברענגען אריין די היים אפלייענסעס אין דעם אינטערנעט אריין! לפי זה איז דאך געפילטע גערעכט אז מען וועט דארפן ארויסווארפן דעם אויווען.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:52 am
דורך DotCom
ווען איך האב געזעהן דאס צעטל פאריגן שבת האב איך גלייך געטראכט אז געפילטע וועט זיך באלעקן דערמיט... אזא מין קוגל צו מאכן רח"ל און נאך דערצן עס דרוקן, עס פארשעמט דאך די מענטשהייט!

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:00 am
דורך לעיקוואד
בכלל, קען מיר איינער מסביר זיין וואס הייסט אז "אויף דער אינטערנעט טוהו מען אלע עבירות שבתורה?" וויפיל איך ווייס קען מען מיט די אינטערנעט טוהן נאר איין זאך, אריבערפירען אינפארמאציע פון איין קאמפיאטער צו א צוייטער, איך וייס נישט אויב עס איז דא בכלל אמאל וואס דאס קען זיין מוגדר ווי אן עבירה.
איך בין שוין חושד אז פשוט די גדולים ורבנים רעדן בכלל נישט פון די אינטערנעט וואס אונז קענען נאר פון עפעס א בריה בפני עצמה ["הכלי המכונה אינטערנעט"] וואס איינער האט זיי פארציילט וועגן דעם, נאר דער בריה איז לא היה ולא נברא. ממילא איז האט דאס גארנישט מיט אונז, פשוט ער רעדט פון עפעס א צוייטער מציאות.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:05 am
דורך שמעקעדיג
קענט איימיצער אריינסקענען א קאפיע פון דעם מודעה?
--
סארי, איך זעה עס איז שוין פאראן איינס אויבן. נעווער מיינד.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:07 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:קענט איימיצער אריינסקענען א קאפיע פון דעם מודעה?

קוק פינף תגובות ארויפציהר.
viewtopic.php?p=109194#p109194

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:33 am
דורך DotCom
לעיקוואד האט געשריבן:איך בין שוין חושד אז פשוט די גדולים ורבנים רעדן בכלל נישט פון די אינטערנעט וואס אונז קענען נאר פון עפעס א בריה בפני עצמה ["הכלי המכונה אינטערנעט"] וואס איינער האט זיי פארציילט וועגן דעם, נאר דער בריה איז לא היה ולא נברא. ממילא איז האט דאס גארנישט מיט אונז, פשוט ער רעדט פון עפעס א צוייטער מציאות.


פראפ. שפירא וואלט זיכער קאנספירירט אז די רבנים האבן טאקע עפעס א כלי וואס שטעלט זיי צו דעם מעין עולם הבא ביי זיך אין קוויטל שטוב, און זיי האבן נאר מורא דעם המון עם וועט געוואויר ווערן וועגן דעם אסר'ן זיי דעם אינטערנעט אז קיינער זאל נישט געוואויר ווערן פון אזא מין כלי...

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:10 pm
דורך הקטן
כאפ נישט, ווארף נישט! גריפה וקטימה או פילטער קען העלפן

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:02 pm
דורך הוגה
איך ווייס נישט ווי אזוי מען שעמט זיך נישט ארויס צו געבן אזא דרשה פון א רבי'ן (במחכ"ת, איך ווייס אז ער איז אן ערליכע איד). אסאך חסידים שוטים האבן נישט די שכל צו פארשטיין אז נישט אלעס וואס א רבי זאגט דארף פארשפרייט ווערן. אויב ווילסטו דאס דוקא יא פארשפרייטן, עט ליעסט לייג צו די ווערטער "יש לומר בדרך צחות", אדער דריי פונטלעך ביים ענדע, אדער א ווינקעדיגע שמייכל וכדומה.

סיריעסלי ספיקינג, מען גייט באלד אנהייבן צו בויען איסורים אויף מאדעס, נייע אינווענטשאנס, אדער סיי וועלכע נייע פירצות געבויט אויף מיגו'ס, קם ליה בדרבא מיניה'ס, מדיני דבר מצרא, און נאכדעם צולייגן דעם אין משיבין על הדרוש, און שוין מען קען שוין דרוקן א נייע שו"ת ספר. קאם אן!!!

מען קען בעצם גיין א טריט ווייטער, ווער עס איז מחובר לאינטערנעט איז טמא שבעת ימים, און ער איז א מצורע וואס דארף ארויסגיין מחוץ למחנה, און א מזנה, אלץ זייענדיג מחובר ל.... הרי הוא כ... מען דארף נאר ברענגן צוויי עדים אז ער איז געווען מחובר צום אינטערנעט און מען קען אים באלד דן זיין צו אלע מיתות בית דין, מלקות, מכות מרדות און וואס נישט.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:04 pm
דורך לעיקוואד
הוגה האט געשריבן:מען קען בעצם גיין א טריט ווייטער, ווער עס איז מחובר לאינטערנעט איז טמא שבעת ימים, און ער איז א מצורע וואס דארף ארויסגיין מחוץ למחנה, און א מזנה, אלץ זייענדיג מחובר ל.... הרי הוא כ... מען דארף נאר ברענגן צוויי עדים אז ער איז געווען מחובר צום אינטערנעט און מען קען אים באלד דן זיין צו אלע מיתות בית דין, מלקות, מכות מרדות און וואס נישט.

והכי נהוג, ואין אחר המנהג כלום.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 5:29 pm
דורך אויס מענטש
היינט געווען אין מירון-אומאן -קראקא -מאנרא לייוו
ארויף אויפן אינטערנעט אין פערטיג
(אויך געווען אין ראכמעסטריווקא ביים טיש דורך אחד מנאמני בית רבינו שליט"א וואס האט אינטערנעט)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 5:52 pm
דורך ונבנתה העיר
הוגה האט געשריבן:מען קען שוין דרוקן א נייע שו"ת ספר. קאם אן!!!

גאנץ א פיינער נאמען, שו"ת ספר דאט קאם אן...

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 5:56 pm
דורך וואלפה
ממש אויף דעם בחינה