לאמיך הערן פון אייך וויאזוי די בארבעקיו היינט איז פארריבער. אדער גייט אריבער גיין.
לאמיר אלע שערן בשבת אחים.
נו, מאכסט א בארבעקיו? אפגעפראסן א פרעסעריי מיט א פרעסעניש.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
וואס בארביקיו ווען בארביקיו איך שטינק נאך פון די פייער געב מיך צייט צו ארויס אטעמען די רויעך.
געב עס אפאר שטונדן און נאכדעם עסטע מיך פרעגן.
אבער ווארט! לויף נאכנישט אוועק, כ'וויל דיך נאך זען דא היינט נאכט. ענדליך דו פאלסט שוין אריין אויף א שמועס, צו מיין גוטער מזל.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
שוין איך זע אז קיינער איז זיך נישט מצרף. לכל הפחות וועל איך מוזן זיך אנגארטלען די לענדן און אייך ערציילן וויאזוי מיין בארבעקיו איז אדורך.
די זוהן האט אנגעהויבן נויגן אין ריכטונג צו מעריב. מיין מאובייל צעקלונגט זיך, און אויפ'ן אנדערן זייט הער איך א פריינטליכע שטימע.
נו פעדער'ל קומסט אפרעכטן א בארבעקיו?
אוודאי! וואס א שאלה אפילו? מ'האט זיך מזמן געווען פינף חברה. איינגעקויפט פון אלעם גוטן. סאסידזשעס, בוירגערס, סטעיק, שניצל, טשיקן ווינגס, דיפס פון אלע סארטן, ראלס, זעמלעך און באגעט'ס. סאווער טשילי, סוויט ענד סאווער טשילי. קעטשאפ מיט מאסטערד און פארשידענע גרינצייגן. אניען, קאלסלא, ביר און זיסע טרונקען . סאדא וכל מיני מעדנים ומטעמים הרבה מינים. אנגעשטעלט די קוילן אויפ'ן גריל, ארויסגעברענגט דעם נארגילא. און אנגעפאנגען בראטן אז ס'זאל גיין א רויעך. דער מארח א געשמאקע אינגערמאן מיט א קליינטשיג מאגן אבער א פעסטע פארשטאנד צו אכילה, האט מיט עטליכע מינים גאפלען און שטעכערס געדרייט און געבראטן. א צווייטער מיט א געלע הענגעדיגע ציצית, א קליינטשיגע קראוומאגאניק. אלס אינגל האט ער אנגעריסן א האלבע שטאט. און היינט פיהרט ער קליינע פליגערס סתם פאר פאן ווען ס'כאפט אים די קדחת האט ער א האבי צו פארשווינדן ווערן אין די וואלקענעס. דער רייבט זיך זיינע קליינע פינגער'ס. איך ווייס איך געב אים קיינמאל שלום עליכם, ווייל שטענדיג ווען איך רייך אים די הענט מוז ער מיר צודריקן און צומאלן מיינע כפיים ווי כאילו צו דאמענסטרירן זיין קראפט. אט דא שפרינגט ער מיט נאדלען אין די הינטערשטע. ער טיילט דעות רעכטס און לינקס. א פיסקל האט ער אויף שרויפן, און דאס צונג דרייט זיך אים ווי אויף הייסע קוילן. ער קוקט אויס ווי א גילגול פון טיבעג.
א אנדערע אין אונזער געזינדל, לאמיר אים רופן איציק, א רויטע בערדל באצירט זיינע בעקעלעך, א שארפע מח פערצופאל, ער וועט קיינמאל פארלירן דעם קאפ, און אייביג טרעפן א גיניאלן לעזונג צו וואס ס'זאל זיך נישט נאר מאכן חלילה אויף מיין באבעס דיכטן. אזוי ווען קיינער קוקט נישט הערט ער נישט אויף אראפצוציפן פון די שיין געשניטענע זויערע אוגערקע. יעדעס מאל מיט א אנדערע תירוץ. דאס איז צו געבויגן. דאס האט א שמוצל, און יענער ליגט אינגאנצן נישט איווען מיט די אנדערע. נאך א פאר מינוט און מיר בלייבן פיקללער.
א דריטער דארטשיקער אינג, פון אונגארישן אפשטאם, דער לאכט גענוי ווי זיינע זיידעס, כסדר ליגט אים דאס ציגארעטל אין מויל און קנוילן רויך שפארן פון די נאזלעכער. עם האט מען געשטעל אונטערן לייט וואס ארבעט מיט א סענסער און מאכט יעדעם נערוועז, מיטן זיך נאכאנאד אנצינדן און אויסלעשן. מ'האט אים געשטעלט היטן אונטערן לעקטער, אז ווען ס'לעשט זיך אויס, זאל ער נאר א טאנץ געבן און צוריק אנצונדן.
די פלייש ענדיגן זיך בראטן צעביסלעך. מ'דרייט איבער ווידער און ווידער. די אויגן צאפלען און ציפן. מ'הויבט אן פרעסן און האקן.
מ'שמירט, מ'פאקט, מ'שטופ, מ'גארגעלט. מ'רויכערט און מ'זויפט און מ'שאשקעט, מ'זינגט און מ'שמועסט, מ'לעצעוועט. און מ'ווארפט נאך אריין א תורה אין די זייט. מ'דערמאנט דעם הייליגן צדיק ר' שמעון, מ'לאזט זיך אין א רקידה, מ'ווארעמט זיך די הענט העכערן פייער. מ'גרעבעכצט אפ, מ'ברכה'ט אפ, און מ'צעשפרייט זיך אהיים. א בארבעקיו צום געדענקען.

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל