בלאט 1 פון 1

דאס פאבריצירן נייע אידישע ווערטער אויף ק"ש סומאטוכע.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:07 pm
דורך איך אויך
רבותם! ב"ה מיר זענען (מער ווייניגער) פטור געווארן פון די פארפיינטע וד"ל'ן, ווער עס פארשטייט פארשטייט, ואכמ"ל, והמסתעף וכו. אבער אזוי אומבאמערקטערהייט שלענגט זיך אריין א נייע מינע אנשיקעניש ,נעמליך דאס פאבריצירן נייע אידישע ווערטער.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט 'עלאבארירן' ,נא מען דארף נישט זיין קיין גרויסע ענגליש פראפעסאר צו כאפן אז עס מיינט צו עלעבראעיטן, א צווייטער שרייבט 'טערמינען און קאנדיציעס' מילא טערמינען איז שוין א אידישע ווארט אבער קאנדיציעס? כ'מיין וואס פארא אנשיקעניש איז דאס? אדער שרייב אין ענגליש אדער שרייב ווי דער זיידע האט געשריבן טערמינען און קאנדישאנס.

ועוד כמה וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן רגע, אבער פליז הערטס שוין אויף דערמיט בעפאר ק"ש הייבט אן אויסצוזעהן ווי א באמאכטע אידישיסטן בלאג.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:11 pm
דורך משה געציל
איז נישט דאס געווען אידיש אלע יארן? נאר דער אומאפהענגיגער "איד" מעג שרייבן נייעס פונעם רעפרעזענטאן הויז און פון די ארגומענטן אינעם הויכן געריכט?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:14 pm
דורך איך אויך
דאס וואס איך זאג, שרייב אזוי ווי דער איד דהיינו 'רעפרעזענטאן הויז' , 'קאנדישענס' אבער מאך נישט אויף קיין נייע ווערטער 'עלאבארירן' 'קאנדיציעס'.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:19 pm
דורך משה געציל
וואס איז "רעפרעזענטאן" אדער "ארגומענטן" אנדערשט פון "עלאבארירן"? דער איד איז דער וואס האט די אויסשליסליכער רעכט צו פאבראצירן פרישע ווערטער?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:31 pm
דורך איך אויך
איך בין נישט דא אויסן צו פארטיידיגן דעם גוי, אבער קאם אן פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן קאנדיציעס און קאנדישענס? פאר א נויט קען מען שרייבן 'תנאים' איך פארזיכער דיר עס וועט נישט שאטן צום קיהלשאפט כהוא זה.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:35 pm
דורך משה געציל
איך פארשטיי דעם חילוק צווישן קאנדיציעס און קאדישענס, אבער נישט פון קאנדיציעס צו רעפרעזענטאטן.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:35 pm
דורך זר זהב
די אידישע ווארט פאר קאנדישענס איז: באדינגונגען

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:41 pm
דורך שמעקעדיג
און פאר "טוירמס"?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 2:49 pm
דורך זר זהב
זעלבע זאך. קענסט טשעקן ביי גוגעל טרענסלעט. אויב געטיר נישט די אידישע אן אויפריכטיג ענטפער, פרוביר ביי גערמאן שפראך.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:16 pm
דורך נייגעריגער
אוי! טו מיר א טובה פאנג נישט אן מיט גוגל טרענסלעיט!
אויף male טייטשט ער זאכער [מיט א קמ"ץ], וכדומה לרוב!...
דיין טענה איז אפשר גערעכט, אבער גוגל טרענסלעיט איז נישט דער וועמען זאלסט נוצן אלץ'ן סימבאל פונעם אמת'ן ריכטיגן אידיש!

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:17 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:און פאר "טוירמס"?

טערמינען

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:19 pm
דורך זר זהב
נייגעריגער האט געשריבן:אוי! טו מיר א טובה פאנג נישט אן מיט גוגל טרענסלעיט!
אויף male טייטשט ער זאכער [מיט א קמ"ץ], וכדומה לרוב!...
דיין טענה איז אפשר גערעכט, אבער גוגל טרענסלעיט איז נישט דער וועמען זאלסט נוצן אלץ'ן סימבאל פונעם אמת'ן ריכטיגן אידיש!

כ'ווייס נישט צו וועלכע שפראך דו נוצט עס. די גערמאנישע שפראך טרעפט רוב מאל צו די ריכטיגע אידישע ווערטער

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:27 pm
דורך נייגעריגער
איך רעד פונעם יידישן שפראך, מסתם גענומען פון די אזויגערופענע אונווערזעטעט יידיש פון די יידישיסטן ודומיהם, און נישט פון אונזער צוריקגעשטאנענער אידיש. און גיב נאר א קוק וואסארא פנים ס'טראגט!!

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:36 pm
דורך שמעקעדיג
בקיצור: "טערמינען און באדינגונגען".

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:38 pm
דורך משה געציל
טערמינען איז לדעתי אין די זעלבע קאטעגטאריע ווי קאנדיציעס.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:39 pm
דורך זר זהב
קאטעגטאריע? א פרישע ווארט?!?!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:43 am
דורך יואב
וכאן הבן שאול. ווער קריגט א לייסענס צו קאמפאזירן אידישע ווערטער און ווער נישט.
וואס איז דאס אידיש בכלל, ווער איז אידיש, און ווען האט זיך עס געשלאסן מיט די פונקטליכע מאס ווערטער זי האט געשטרעבט צו זיין א שפראך?
אז איר קענט דעם ענגלישן ווארט Elaborate האט איר נישט קיין פראבלעם מיט 'עלעבארירן'.
דער מעלה פון שרייבן עלאבארירן, איז איר שפארט זיך עטליכע ווערטער, און דאס איז טייל מאל דער כוונה פון שרייבן העכערע ווערטער.
און נישט ווי דער וואנזיניגער צעפידעלטן יואב וואס גלייכט סתם אזוי צו דעריאגן דעם צווילן המון דורך אריינשפריצן העכערע ווערטער, מילא עפענסטו אן אשכול דערויף גיב איך דיר גערעכט.

אגב, פאר די לעצטע נייעס, אנאליז, אפשאצונג, און אנטוויקלונגען איבער סאמאטוכע, המסתעף, און וד"ל, קליקט דא.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:45 am
דורך קינות גירושין
ווער סוויל קען בלייבען מיט די אלטע ווערטער כהאב אמאל געמאכט א שטיקעל ליקוט פון ווערטער וואס איך געזעהן אין סאטמערע רביס ספרים here u go

איבערדעם
ווידעראום
דערפריער
דערשפירען
היצטערט
דערנאכדעם
קאן
רעכטע 
עקסטערדעם
וואסזשע
בארעכענען
פארפאפן
אויפפאסן

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:54 am
דורך בן תמליון
כיואב ועוד. מען האט שוין גערעדט דא וואו יאנקל האט פאראידישט דעם ענגלישן commend אלס קאמענדירן. אידיש איז בשורשו נישט קיין נייע שפראך נאר א געבורט פון גויאישע שפראכן בעיקר דויטש מיט א געמישעכץ פון אנדערע סלאווישע שפראכן וואס האט זיך אריינגעשמוגלט במשך'ן לאנגן גלות. אלזא וואס איז דער פראבלעם מיט פאראידישן ענגלישע ווערטער ווען עס קומט צינוץ? אין פאקט דער היינטיקער קעניג ה'שפראכן טוט דאס זעלבע און נעמט כסדר אריין פרישע ווערטער וואס חאפן זיך אריין ביים המון עם. למעשה ביי ענגליש איז דא דער וועבסטער דיקשאנערי וואס איז עומד בראש און טוט סטאנדארעזירן נייע ווערטער און טערמינען. מיר אין דעם דור יתום האבן נישט ווער עס זאל ארבעטן אויף אונזער באליבטן מאמע לשון עס צו פארשענערן און פארבעסערן, אפשר וועט קאווע שטיבל ערפילן דעם חלל און ווען רוב מנין ובנין פון די טאלאנטפולע שרייבער זענען מחליט צו פאראידישן א ענגליש ווארט וועט דאס בעז"ה ווערן אידיש ביים המון עם.

די מעלות אויסגאבע מיין איך פרובירט צו טאהן און פארפירן איבער די טעמע. זי איז נאך די איינציקע וואס גיבט זיך אפ מיט אידיש אלס שפראך. איך מיין מיין אלע זענען מסכים דא צו איינלאדענען די מעלות שטאב זאלן זיי שרייבן אויף קאווע שטיבל איבער אידיש, צוזאמען וועלן מיר אנקומען ווייט. זאלן זיי אפילו שרייבן מחאות און צניעות קבלות, דא קען יעדער שרייבן פריי אן צענזור.

viewtopic.php?f=6&t=2927&start=150

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:26 am
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:וואס איז "רעפרעזענטאן" אדער "ארגומענטן" אנדערשט פון "עלאבארירן"? דער איד איז דער וואס האט די אויסשליסליכער רעכט צו פאבראצירן פרישע ווערטער?

"דער איד" האט עס געהאט ריכטיג. אונז נישט. ער האט געשריבן רעפרעזענטאנטן הויז. נישט רעפרעזענטאן הויז...!