איך ווייס כמעט נישט וועגן דעם פוקס, אבער איך מיין אז איך האב אים אמאל געזעהן/געהערט אויף א סידי וואס די א"י מאגאזין "שעה טובה" האט מיטגעלייגט מיט זייערע ענגלישע מאגאזין (ווען עס איז ארויסגעקומען אין ענגליש אפאר יאר צוריק)
ס'באלאנגט עכט נישט דא, אבער אז ס'נישטא קיין אנדערער אשכול איבער דעם אינטרעסאנטן דמות פון יצחק פוקס זעלבסט שרייב איך עס דא.
די לעצטע שטיק צייט זע איך יצחק פוקס א שיינע פאר מאל אין 'שומר שבת'. נעכטן בין איך פונקט געווען אין שומר שבת ארום 11:00 אינדערפרי, ווען איינער געבט א שיעור אין ביהמ"ד. באמערק איך ווי יצחק פוקס זיצט דארט צווישן די עולם מיטן גמרא צו ווייסעכוואס, און הערט צו דעם שיעור. ס'איז מיר געווען א דאפלטע חידוש: דער עצם פאקט אז ער זיצט און לערנט אויסהערנדיג א שיעור, און טאקע צווישן מענטשן. און יותר מזה, היות ער איז נישט קיין היימישער געבוירענער קען ער בפשטות נישט קיין אידיש - די שפראך מיט וואס דער מגיד שיעור האט גערעדט, און כ'ווייס נישט וויפיל ער האט פארשטאנען פון די מגי"ש'ס ווערטער, אבער אעפ"כ איז ער געזעצן און 'אויסגעהערט א שיעור'.