בלאט 1 פון 3

ר' יוסף חיים גרינוואלד

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 7:58 pm
דורך גאלד
איך וויל אויסגעבן מיינע געפילן און באאיינדרוק פון דעם מגיד נפלא ר' יוסף חיים גרינוואלד,

איך הער זיינע טעיפס זייער אסאך שוין פאר גאר א לאנגע יארן, און איך קען זאגן במלוא מובן אז איך וואלט נישט געווען דער האלבער איד וואס איך בין ווען נישט איהם,
איך האב קיינמאל געטוישט קיין ווארט מיט איהם ער קען מיך נישט, אבער איך קען איהם זייער גוט, איך שפיר ממש ווי ער איז מיין פערזענליכע רבי ומורה דרך,
איך האלט אז דער מענטש איז שכמו למעלה, ער איז א העכערע מענטש, א בעל השגה, קיין ספק ווען ער הייסט ווען האלבערשטאם אדער הורוויץ וואלט מען געבראכן טיערן ביי איהם,
איך בין געשטוינט און געפלעפט מיט וואסערע זכרון דער אייבישטער האט איהם געשאנקען, דאס קען נאר קומען פון לערנען תורה לשמה,
זיינע סטייל פון מגידות איז אויף א אויסערגעווענליך איידעלער סגנון מיט מורא'דיגע חכמה און פראקטישקייט, ממש יעדעס ווארט איז א בריליאנט, א מוסר ספר,
ועל כולם זיין יראת שמים איז ממש וואס דרינגט אריין און טיפענישט פון יעדן צוהערער, אלעס מיט אזא אויסערגעווענליכע אמונת צדיקים,

זיינע מערסטע אונטערסאנטסטע שיעורים זענען בלי ספק זיינע שיעורים גמרא רש"י, איך האב שוין געהערט דף היומי טעיפס פון די גרעסטע מגידי שיעורים בדורינו, איך האלט אז רי"ח איז אינגאנצן א אנדערן קלאס, מ'קען עס מיטאמאל מדמה,
ער נעמט יעדעס איינציגער ווארט אין גמרא און איז מדמה צו 5 סיפורי צדיקים, אזוי אז מ'קען רילעיטן צו עס, ער נעמט די שווערסטע סגיות און מיט א סיפור צילאזט ער עס ווי פיטער, ער קען זיך אפשטעלן אסאך מאל בלויז אויף א נאמען פון א תנא אדער אמורא, אבערהויפט א נאמען וואס מ'געפינט ווייניג און ש"ס, און קען אוועקגעבן א גאנצע שיעור דיסקרייבן זיין היסטאריע ווי ער האט געוואוינט וואס זיין באשעפטיגונג איז געווען צאמווארפן סיפורים, מדרשים איבער תנא, אזוי אז ווען ער זאגט נאך דער מימרא שפירט מען ממש ווי דער בעל התנא עומד כנגדו, און אסאך מאל קען אפי' בעסער פארשטיין פארוואס א געוויסער אמורא נעמט א געוויסער שיטה, וויסנדיג זיין בעקגראונד,

האנדלט אייך זיינע שיעורים פון מס' יומא, תענית, שבת, ביצה, ס'עפעס מורא'דיג

זיין בעקגראונד,
ער איז אויפגעוואקסן אין די סאטמארע חדר אין בני ברק, זיינע עלטערן זענען געווען אונגערישע מלחמה איבערלעבער, זיין טאטע איז געווען א תלמיד פונעם באר מנחם, ר' מנחם ברוידי דער קאלובער רב, ער וואוינט היינט אין וומ"ב

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:07 pm
דורך היימישער ליטוואק
אפשר קומט זיין זכרון פון דאס וואס ער האט א גוטן זכרון?? איך פרעג סתם.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:22 pm
דורך זר זהב
גאלד, וואס זאגסטע צו זיינע חו"ר שיעורים? און כ'מיין ס'דא אויך פון אים אויף תפילה

Re: ר' יוסף חיים גרינוואלד

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:29 pm
דורך ל.רוזן
א קליפ ווי ער טאנצט אין גבוה אין ק'י

http://www.youtube.com/watch?v=myoANivr ... ata_player

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:14 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:גאלד, וואס זאגסטע צו זיינע חו"ר שיעורים? און כ'מיין ס'דא אויך פון אים אויף תפילה


כעל דיר זאגן רי"ח האט 2 סארט שיעורים, ס'דא שיעורים וואס ער זאגט ברבים אויף א גרויסע פארנעם צווישן א גרויסע ציבור,
נאכדעם האט ער שיעורים וואס ער זאגט פאר א קליין געזעמיל אידן אינעם דעשער ביהמ"ד,
די סגנון וואס ער זאגט א שיעור פאר א גרויסע ציבור איז ממש הימל אין ערד קעגן וואס ער זאגט במתי מעט,
שיעורים און דרשות ברבים זאגט ער אביסל סטיף מיט א שטיקל אימתא דציבורא, ער ווערטלט זיך נישט אזוי, ער זאגט אפ זיינע תורה'לעך אביסל שנעל ער איז נישט אזוי מאריך, און אביסל ווי א ראבאט,
די שיעורים גמרא רש"י און דעשער ביהמ"ד איז אינגאנצן א אנדערע באשעפעניש, ער רעדט מיט א רואיגקייט, מיט א ליבליכקייט, ער קען זיך ווערטלען, ער געבט זיך מער ארויס זיין כאראקטער, זיין קול איז אינגאנצן אנדערש,
איך דערקען גראד ביים אנהייב פון זיין שיעור וואספארא סארט פארמאט ער רעדט, פרוביר נאר אויס זיינע גמרא רש"י סידיס וועסטו עס גראד זעהן,
איך הער זיינע גמרא סידיס נישט דוקא וויל איך וויל פונקט לערנען דער מסכת איך קויף עס נאר ווייל איך ווייס אז יעדער בלאט, יעדע שורה איז א אוצר, זאל זיין די גרינגסטע אגדתא צו די שווערסטע סגיות,

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:23 pm
דורך אבי גערעדט
געטאנצן נעכטן מיט אים אין איין רינג ביים גרויסן הדלקה אין קרית יואל, דער איד איז בכלל נישט געווען דאהי.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:32 pm
דורך זר זהב
ער לערנט דאך פאר אין דעעש (אדער פלעגט ער) יעדע ליל שישי חו"ר פאר א ריזן ציבור, און יעדע נאכט לערנט ער גמרא פאר א קלענערען עולם, איז דאס וואס דו צוטיילסט צווישן א קלענערען און גרעסערן עולם? כ'בין נישט באקאנט וואו נאך געט ער שיעורים פאר א ריזן ציבור?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:32 pm
דורך גאלד
ס'דא א mp3 פון רי"ח נאר פון ל"ג בעומר און שבועות, מ'זעהט ווי ער איז מורא'דיגע אויסגעקאכט מיט ר' שמעון (מיט וואס איז ער נישט אויסגעקאכט), ער לערנט פאר די מעשה מיט די אידרא קדישא, מיט שטיקלעך זוהר,
איז דא איין שיעור פונעם עצם היום ל"ג בעומר, די גאנצע שיעור וויינט ער ווי א קינד פון התרגשות, אן קיין גוזמות די גאנצע שיעור, נישט סתם קרעכצדיג, נאר וויינט אויף א הויכע טאן, ס'עפעס מורא'דיג

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:34 pm
דורך געפילטע פיש
גאלד האט געשריבן:און אביסל ווי א ראבאט

האסט עס גענאגעלט אויפן קאפ, איך בין קיינמאל אויף זיינע שיעורים קיין מבין נישט געווען, אבער זיין רעדן איז אזוי טרוקן אז ס'קען איינשלעפן א חתן אינמיטן טאנצן, ער קען צאמווארפן קושיות און פשעטליך, גאונות מיט בקיאות, אבער אלעס אויפן זעלבן מאנאטאון, אזש מ'קען צופלאצט ווערן. איך מיין אז א דראמא קלאס קען עם אסאך צוהעלפן אז דער עולם זאל מער מיטהאלטן די שיעור.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:38 pm
דורך גאלד
יא גערעכט, אבער נישט די גמרא רש"י שיעורים, גלויב מיר

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:42 pm
דורך דייטל
ר' יוסף חיים האב איך אמאל מיטגעהאלטן א נסיעה אין אוקריינא. אין מעזיבוז ביים בעל שם האט דער לעצטער אויסגעפלאצט אויף אזא אופן וואס מ'זעט שוין היינט זעלטן. מ'פלעגט אמאל זאגן מ'האט געריסן קברים... דער האט געריסן און געפליקט. איך זאג אייך, די באטייליגטע האבן אזוינס געיאמערט ווי נישט מיט אלעמען.. דער איד ער האט כוחות ..

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:45 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:ער לערנט דאך פאר אין דעעש (אדער פלעגט ער) יעדע ליל שישי חו"ר פאר א ריזן ציבור, און יעדע נאכט לערנט ער גמרא פאר א קלענערען עולם, איז דאס וואס דו צוטיילסט צווישן א קלענערען און גרעסערן עולם? כ'בין נישט באקאנט וואו נאך געט ער שיעורים פאר א ריזן ציבור?


איך ווייס נישט פונקטליך איך בין באמת נישט אזוי באקאנט ווי ער זאגט זיינע שיעורים איך ווייס נאר אז ער דערמאנט שטענדיג דער דעשער רבי און דער ביהמ"ד,
איך האב נאר ארויסבאקומען די צוויי סטיילס רעדן נאכן הערן אזויפיל שיעורים, און פון זיין סטייל פארלערנען חו"ר שמעק איך ארויס אז ער זאגט עס אויף א גרעסערע פארנעם,

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:05 am
דורך matovu
אההה דעהשער בית מדרש....

זיצען זיך יעדער ליל שישי א ערך פין 75 יונגעלייט...
אלע אפגעארבעט ט שווערע וואך...
קומען אלע הערען חסידישע דיבורים... סיפורי צדיקים...

די נושא פין די שיעור האט נישט דוקא ציטוהן מיט די פרשה..
סקען זיין ברכת שמונה עשרה
אמאל קען ער פאר א יום טוב יא קאכען אינעם יום טוב...
אבער אייביג א נושט א סאבזעקט

די ווארעמע געשמאקע אטמאספער טיז נישט מעגליך צי באשרייבען.
שטייט א אויסגעארבעטע יוד אין געט דעם שיעור פאר גאנצע צוויי שעה פין 10:30 ביז 12:30 am אהן זיך ארימקוקען . ער הייב נישט אויף זיינע אויגען אפילו פאר א רגע

יא סדא אפאר בחורים מיט אסאך כולל יונגעלייט
אבער אינטרעסאנט איז צי זעהן אויסגעמאטערטע ארבעטס בעלי בתים...
אויך אפאר אלטע זיידעס...

א גאנצע קאר קומט בקביעות יעדע וואך...פין סקווירא...
זיי פארפאסען נישט קיינמאל...
אויך איז דא איבער א מנין קבועים פין בארא פארקער יודען...

פיינע קעיק. מיט סאדע..
הייסע ציפידיגע, ספייסי באנדעלעך.... א מחיה
אין דערנאך טיילט מען אויס א ברענידיגע שטיקעל אבערנייט קוגעל...

הטר איר באמערקט וואס געשענט ווען ר יוסף חיים זעטצט זיך אוועק טרינקען?
האט איר באמערקט ווי אזוי ער ווישט זיך די שנויצען..
אין אויך ווען מען דערמאנט די גרויסער ר שלום'ס נאמען. כידוע הסגולה
עכ"פ א פיינע אטמעספער. די פאסיגסטע וועג פאר א הכנה לשבת קודש.

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2013 11:35 pm
דורך gehlungen
געפילטע פיש האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:און אביסל ווי א ראבאט

האסט עס גענאגעלט אויפן קאפ, איך בין קיינמאל אויף זיינע שיעורים קיין מבין נישט געווען, אבער זיין רעדן איז אזוי טרוקן אז ס'קען איינשלעפן א חתן אינמיטן טאנצן, ער קען צאמווארפן קושיות און פשעטליך, גאונות מיט בקיאות, אבער אלעס אויפן זעלבן מאנאטאון, אזש מ'קען צופלאצט ווערן. איך מיין אז א דראמא קלאס קען עם אסאך צוהעלפן אז דער עולם זאל מער מיטהאלטן די שיעור.

I think the problem is he doesn't know how to sing. So a KASHEH. RIEYEH. TERETZ. All have 1 song VD"L

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:29 am
דורך געפילטע פיש
.Please elaborate on that VD"L, I'm very curious to know what exactly you mean
.Thanks

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:49 am
דורך זר זהב
געפילטע איך האב דאס אויך געוואלט פרעגן, אבער כ'האב אריינגעטראכט אז ווער ווייסט וואסערע לשון הרע ס'ליגט אונטער דעם וד"ל, איז עס דען ווערט פאר מיינע תאוות אז דאס זאל אויפגעדעקט ווערן? ביניך געבליבן שטול. מ'דארף זיך קענען איינהאלטן הרב געפילטע. וד"ל.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:56 am
דורך געפילטע פיש
נע, איך בין זיכער ס'דא עפעס טיפערע כוונות, ווארום דער VD"L איז אן אפטע ערשיינונג אין הער געהלונגענ'ס תגובות.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:58 am
דורך newkave
אפשר איז עס די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און די וד'ל איז פשוט זיין אונטערשריפט??

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:03 am
דורך זר זהב
newkave האט געשריבן:אפשר איז עס די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און די וד'ל איז פשוט זיין אונטערשריפט??

LOL

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 9:17 pm
דורך smartinof
זיינע סיפורים זענען גווענליך אן קיין מקורות וואס דאס קען זייער נערוועז מאכן, און איך מיין דער בעש"ט וואלט געדארפט אראפקומען צוויי הונדערט יאר פריער צו קענען געבן פלאץ פאר י"ח גרינוולד מעשות זאלן קענען מקוים ווערן

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 9:56 pm
דורך גאלד
טעות גמור: כמעט אלע זיינע סיפורים האט א קלארע מקור

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 7:59 am
דורך שלשלת
רי"ח איז א שטיק רגש. צו יעדע חתונה וואס ער גייט, טאנצט און שפרינגט ער מיט אלע זיינע כוחות, כדי לשמח החתן והמחותנים. א פרשה בפני עצמו איז זיין שמירת עינים גייענדיג אויף די גאס.

ער האט אנגעפאנגן צו געבן זיינע שיעורים, נאך זייענדיג א ארבייטער וואס איז טאג טעגליך געפארן צום דזשאב ווי אלע בעלי בתים.

שוין מערערע מאל מיטגעהאלטן זיינע ליל שישי שיעורים - מעין עולם הבא!

("סמארטינאף": זיינע מעשיות האבן דירעקט יא קראנטע מקורות. זייער אסאך מאל זאגט ער אפילו נאך די לשון פונעם ספר ווי עס ווערט געבערנגט, וכדומה...)

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 10:44 pm
דורך בדחן
smartinof האט געשריבן:זיינע סיפורים זענען גווענליך אן קיין מקורות וואס דאס קען זייער נערוועז מאכן, און איך מיין דער בעש"ט וואלט געדארפט אראפקומען צוויי הונדערט יאר פריער צו קענען געבן פלאץ פאר י"ח גרינוולד מעשות זאלן קענען מקוים ווערן


ווי באוויסט פאר ווער עס הערט זיינע שיעורים זאגט ער כמעט אייביג א מקור צו זיינע ווערטער, פון ווי נמעט זיך דיינע פאקטן אז נישט? דו הערסט בכלל זיינע שיעורים? פארוואס סתם האקען אויף א צווייטען ללא תועלת?