דער דורכגעפאלענעם ליקווידאציע אויף סאמאטוכישע המסתעף'ס וד''ל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6310 מאל

דער דורכגעפאלענעם ליקווידאציע אויף סאמאטוכישע המסתעף'ס וד''ל

שליחה דורך יואב »

פארהאן געוויסע מאדנעהאפטיגע פארנעפלטע ווערטער וועלעכע וואלטן זיך קיינמאל נישט געחלומ'ט צו עקזעסטירן בכלל, אבער דא אין קאווע שטיבל זענען זיי היימישער ווי היימיש, און זענען שוין ווערטער שאדם דש בעקביו. זיי טרעפן זיך א וועג צו פיגורירן אין יעדן סארט אשכול, אפגזעהן דעם אינהאלט פונעם נושא.
זאל דאס זיין אן אשפגדיגע שמייכל אויספלאץ, אדער א היציגן געזעלשאפטליכע אמפעריי. א קאמפליצירטן וויסענשאפט אשכול, אדער א ריתחא דאורייתא'דיגן תורה מחשבה אפהאנדלונג. איינפאכע אומשולדיגע נייעס, אדער קיצעלדיגע דעבאטעס ביים קאווע שטיבל רובריק. די גריצעלדיגע אויסשפריכן זענען הער טא סטעי - על אפם וחמתם פון געוויסע אינדיווידואלן וועלעכע האבן מיט ציפעדיגע פייערדיגע אמביציעס אנגעגארטעלט מיט שטייפע אנטשלאסענקייט דערקלערט א מלחמת חרמה קעגן די שפיזיגע אויסשפריכן, און מחליט געוועזן אז מ'גייט די יעניגע ווערטער פונקט ווי דעם גראף פאטאצקי מווילנא פארברענען אין צענטער פון שטאט, און אפמעקן אט די נערווען טאנצענדע ווערטער מתחת השמים.

כשם שאין פארצופיהן שווים, האט זיך יעדער דריטער פארלייגט אויף א צווייטן ווארט, אבער דער טיפישער המון ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן גענצליך איגנארירט יענע בייזע פארלאנגן און שארפע פראטעסטן, און באניצן זיך ווייטער מיט די דאזיגע פארבאטענע ווערטער ביתר שאת וביתר עז, און גענוי ווי דער גרויסער פראש אין מצרים, וויפיל מ'וועט נאר האקן, וועלן מער פרעש שפראצן ווי די שווימענדיגע האר אין מקווה.

סאמאטוכע מיט והמסתעף, פארמעסטן זיך צו זיין אויפן ערשטן פלאץ, מיט אן אומקלארן נומער 1 געווינער.
פארוואס אומקלאר אייסערן זיך עטליכע ליינער דא, ניתי ספר ונחזי, שטייען שוין די געווענדליכע לינק באוואפענטע ניקס קאמפס גרייט. אלעס איז דאך בספר נכתבים, מ'דארף בלויז דורכפירן א לייכטן חיפוש, און דערגיין דעם געווינער?

דער תירוץ איז פשוטער ווי פראסט. אט די ביידע ווערטער ווערן גע'ספעלט אין אזויפיל סארט פארמאטן, אז בלויז פון די צוויי ווערטער אליינס וואלט מען געקענט קאמפאזירן א שפאגל נייעם שפראך, וואס וואלט געשטעלט אין שאטן אידיש און לשון קודש קאמבאנירט.
מילא הגם איר וועט טרעפן אויף א ספעציפישן אויסלייג אז סאמאטוכע למשל האט אויסגעקוועטשט א שמאלן זיג, וועלן קומען די והמסתעף שטיצער אין שפיץ פון געפילטע פיש וסיעתו, און אויפווייזן אויף דעם פארפלאנטערטן אויסלייג, און דאס אפעלירן צום העכערן געריכט ווי עס וועט בלייבן שטעקן עד שיבא אליהו.

אזוי זיצענדיג אין געדיכטן טראפיק מיט די אויבנדעמאנטע, איז ווי פון דער ערד ארויסגעוואקסן דער טרויעריג בארימטן "וד"ל'', און טוהט מארשירן מיט א שרעק ווארפענדע מיליטער, וחרבם שלופה בידם. פלאקאטן פון יאנקל'ס איסור פלאטערט אין די לופטן מיט שטאלצע רייצערישע נקמה געפארפט מיט די רויטן X סימבאל, און פארלאנגן מ'זאל איר זאפארט באשטעטיגן אלס דעם פראנט ראנער אן קיין שום קאמפראמיסן, ווייל טאמער נישט וועט זי צוזאמען מיט אירע לשון שבדו להם חכמים כנויין וק"ל און ודו"ק , דערקלערן קריג אנטקעגן קאווע שטיבל. זיי וועלן אנזייען אזא מין כאאס און טומל דא, אזש סנחריב מלך אשור וואלט געזינקן פאר בושה וואספארא שוואכע ארבייט ער האט געטאהן אנטקעגן דעם. זיי וועלן טוישן דעם נאמען אלס אייוועלט, זיי וועלן אויפשאקלען די אשכולות מיט די פאורעמס, אריינדרינגען אין פריוואטע באניצער פראפיל, קאמפאזירן מלאכי חבלה'דיגע אונטערשריפטן, מיט טייוולאנישע אוואטארס. טוישן נעמען אלס דעגראדירנדע, און אריינשלעפן מאחורי אינעם שמייכל אפטיילונג. מעקן הארוואניעדיגע הודעות, און באשאפן פרישע פארלעצענדיג אלע תקנות. זיי וועלן מאכן בדחן פאר אן עקסטרעם לינקע ראדיקאלער, און יואליש פאר א אויסגעשפראכענע בלינדע רעכטער. יידל פאר א שוטה טיפוש, און ... פאר א חכם מחוכם. קופערניקוס פאר וועמען מ'לייקט פשוט אלס רחמנות, און ... ווייל מ'דערקוויקט זיך פון זיינע תגובות. יאיר פאר א וויסט פאפרומטער אומראצינאלן עם הארץ, און ... פאר א מעסיג לינקער ידען נפלא באשפריצט מיט לאגיק און חכמה. שיטה וועלן זיי מאכן אלס א פירענדע יושבי חושך ניק, און דער גהינם אשכול וועט זיך טוישן אלס א גן עדן אשכול. דער באליבטער ריח טוב שמעקעדיג וועלן זיי פארוואנדלן אין א ריח רע אזש דער סוער וועט זיין קעגן דעם בשמים. אלס געשווירענעם באבוב 45'טה בלויז להראות אבער נישט לראות, און זר זהב אלס א דעמאקראטישע ארוני מיט בלויז צוויי אבער גאר לאנגע תגובות געשריבן. בקיצור, ער האט נישט געוואלט רעדן ווייטער, נאר געפאכעט מיט די האנט, און בלוטיגע שפייאכטס האט געשפריצט ווי פייער פון זיין כעס'דיגן מויל. כ'האב נאך מורא איציק באטראכט דאס שוין אלס א געניאלן בייפאל פאר א לייק אפיעל, סאו לאמיר סטאפן דא. (העכסטענס וועט ער יעצט קאמענטירן אויף דעם).

אלזא אלס שטארקן פאטריאט פאר קאווע שטיבל, האב איך געשפירט אז איך מוז מיט טיילן דעם דראענדע געפאהר.
איך זעלבס האב געמאלדן דעם אויפגעברויזטע וד"ל'ן, אז איך בין גרייט איר צו אינדארסירן אלס דעם אלטימאטישן געווינער, און העכסטנס אויב דער עולם וועט זיין אומאיינשטימיג מיט מיר, וועל איך מיר ארויסלאזן אויף אזא ווילדן וד''ל יאגד, אז איך וועל שמייסן שטיקער איבעראל, ביז כולם פה אחד וועלן אויסשרייען V Vאנט Vד''ל !

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט