בלאט 1 פון 1

YNET סאטמאר גייט פינאנצירן אלע חרדישע מוסדות

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:18 am
דורך בן תמליון
א שרייבער אין YNET זאגט אז יאיר לפיד'ס פלאן צו סעקולאזירן די חרדים דורך פארלאנגען זיי מוזן לערנען 55 פראצענט לימודי חול, וועט ברענגען אז אלע מוסדות אין א"י וועלן פאלן אינטער סאטמאר און וועלן ווערן אויסגעהאלטן דורך זיי אנשטאט די רעגירונג. ער זאגט אז סאטמאר איז מורא'דיק רייך זיי האבן ריעל עסטעיט איבער די גאנצע וועלט און וועלן ווערן די בודזשעט פירער פון אלע חרדים אין א"י, און דאס איז נישט גוט פאר די מדינה זאגט ער.

דער ארטיקל קאסט א לאך, וואס מענטשן קענען פאנטאזירן. שוין מיטן בעהושער רבין זעמיר געפאלן אין ליבע מיינט נישט אז בעלזא מיט גור מיט אלע ספרדים און ליטאים גייען קומען קיין וויליאמסבורג מאכן טריליאנען. סאטמאר אליין לעבט אויף די רעגירונג פון וואוטשערס און זיבעציק אנדערע פראגראמען.

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 33,00.html

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:35 am
דורך טעפל
ס'גייט זיין מעמד הצלת המוסד צאנז-קלויזענבורג בראשות האדמו"ר מהרזל מסאטמער, מעמד אשריכם תלמידי חכמים להצלת מוסד בעלזא בראשות האדמו"ר מהר"א מסאטמער, און מעמד אלף שמות להצלת המוסד גור בראשות האדמור ר' חיים יושע מסאטמער מאנסי, וכו' וגו' ודו"ק וק"ל..

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:03 pm
דורך הקטן
איז דאס נישט די וויזע פין קרן הצלה?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:10 pm
דורך בדחן
ניין

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:13 pm
דורך קאווע טרינקער
סאטמאר אליין לעבט אויף די רעגירונג פון וואוטשערס און זיבעציק אנדערע פראגראמען.

:D

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:28 pm
דורך עוד מישהו
פון די אלע קאנספיראציע טעאריקער, וועט די מדינה מיין איך האבן די מערסטע ריווח, זיך שפארן איבער א מיליארד שקל א יאר, מעגליך אפילו צוויי.
און פון די צווייטע זייט העלפן זייער דם-שונא סאטמאר באנקראטירן.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:46 pm
דורך לעמאן דזשוס
אין די סאטמארע שולן הענגט א ריזיגע פלאקאט, אן ארטיקל פון "אחד הרבנים" אלס תגובה מהירה צו דעם ארטיקל וואס ווייזט איבער קליפ און קלאר אז; די איינציגע פראבלעם פון די רשעי הציונים איז אז די מדינה וועט זיך מוזן פירן אזויווי די סטמורים ווילן.

ווער עס האט א בילד דערפון זאל ביטע מוחל זיין און אהער ארויפשטעלן. תודה.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:14 am
דורך דעת תורה
בדחן האט געשריבן:ניין


?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:12 am
דורך berlbalaguleh
הקטן האט געשריבן:איז דאס נישט די וויזע פין קרן הצלה?

דו מיינסט צו זאגן "וויזיע". ס'א חילוק פון די צוויי.