בלאט 1 פון 1

זאכן וואס איז מיר אינטרעסאנט

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:43 pm
דורך שמעקעדיג
ווי יעדע אנדערע מענטש אויפן כדור, שטויס איך זיך כסדר אן אין מאדנע, אויפפאלענדע, אדער סתם אינטרעסאנטע זאכן, וואס מאכט מיר טראכטן: העי, וואס איז פשט דערפון?

למשל, עס איז פאראן עפעס א קאמפאני וואס האלט אז איך בין שולדיג געבליבן $10. איך געדענק איך האב עס באצאלט. יעצט שיקן זיי מיר כסדר בילס אויפן פאסט, יעדע חודש נאך א סטעיטמענט, פאר די לעצטע 2 יאר! ועוד ידיהם נטויה, ס'קוקט נישט אויס ווי זיי גייען אויפגעבן עניטיים סאאן.

מיט סטעמפס וואס קאסטן היינט קרוב צו א האלבן דאלער, פלוס די ענוועלאפס און פרינטן די סטעיטמענטס, און א מענטש דאס צו פאקן און ארויס מעילן...
אין ענגליש זאגט מען: you do the math

זענען די קאמפאניס בלינד? האבן זיי נישט א רואה חשבון וואס מאכט זיי אויפמערקזאם דערויף?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:06 pm
דורך ברסלבער
פון דיר אליין איז נאכנישט קיין ראי', זעהט אויס אז עס זענען יא דא מענטשן וואס דערשרעקן זיך פון די בריוולעך, אדער עס גייט זיי שוין אזוי שטארק אויף די נערווען, אז זיי שיקן אריין די צעהן דאלער און פטור אן עסק.
איך גלייב אז זיי זענען נישט בלינד, און אויב זיי טוען עס, מיינט דאס אז עס לוינט זיך זיי, אז ביי 80 געלונגט עס נישט, געלונגט עס פאר די איבריגע 20, און מיט דעם צאלט זיך עס אויס.

און וואס איז מיט די היימישע בריוולעך וואס קומען אויף די פאסט, מילא ווען מען שיקט איין בריוול אז עס גייט זיין א דינער פארשטיי איך נאך, אבער וואס מיינט דאס שיקן דריי און צוואנציג ערליי בריוון פאר דעם זעלבן דינער, איינס פאר די ראפעל'ס, איינס פאר אבריכים, איינ'ס פאר זקנים, איינ'ס פאר זריזין מקדימין, און איינ'ס צו ברענגן די מערסטע קעש אויפ'ן פלאץ, און אזוי גייט די ליסט ווייטער און ווייטער. דאס איז דיר נישט אינטערעסאנט?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:43 pm
דורך משולם שטיינפעלד
נישט אז עס פארענטפערט די קשיא גענצליך, אבער זיי צאלן פאר פאסטעדזש אסאך ביליגער ווי א האלבע דאלער א קאנווערט.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:44 am
דורך זר זהב
ס'מיר גאר גאר אינטערעסאנט וואזוי אזא תגובה פון דייטל האט נישט מער ווי 4 לייקס

צו בארגן א פראזע פון עפעס א משולם שטיינפעלד ''איז סאמטינג ראנג וויט מי?''

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:12 pm
דורך למדן
ווי ס' זעהט אויס איז א אויטומאטיק פראסעס אין אונזער קאמפיוטערייזד וועלט.
אגב איז אפאהר יאהר צוריק געווען אין די נייעס אז IRS האט געסטראשעט איינעם מיטן ערגסטן ווייל ער איז געווען שולדיג 3 סענט טעקסעס, ווען מ' האט עס איבער גערעכנט און געזען אז די IRS איז איהם גאר שולדיג 4 סענט האבן זיי געזאגט אז ס צו א קליינע סומע צו באצאלן אחוץ אויב ער פארלאנגט דאס בפירוש וועט מען עס באצאלן

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:57 pm
דורך שמעקעדיג
די 11 מערסט-באנוצטע תירוצים וואס דרייווערס ענטפערן ווען זיי ווערן אפגעשטעלט דורך א פאליציאנט:

http://www.thecarconnection.com/news/10 ... e-officers

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:04 am
דורך איך אויך
בינעך היינט געפארען אויפען בעילה באן ,קומט צו א טונקעל הויטיגער און זאגט מיר אז יאשקע האט מיר ליב און זעהענדיג ווי איך איגנאריר אים געט ער א געשריי יאשקע האט דיך ליב. ס'געווען אינטרעסאנט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:05 am
דורך דער (פינטעל) איד
בעילה באן ?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:58 pm
דורך איך אויך
סאררי איך האב געפעלט יענע טאג אין סקול ווען די טיטשער האט געלערנט אז עף איז פאר פלאערס.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 10:49 pm
דורך איציק
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי יעדע אנדערע מענטש אויפן כדור, שטויס איך זיך כסדר אן אין מאדנע, אויפפאלענדע, אדער סתם אינטרעסאנטע זאכן, וואס מאכט מיר טראכטן: העי, וואס איז פשט דערפון?

למשל, עס איז פאראן עפעס א קאמפאני וואס האלט אז איך בין שולדיג געבליבן $10. איך געדענק איך האב עס באצאלט. יעצט שיקן זיי מיר כסדר בילס אויפן פאסט, יעדע חודש נאך א סטעיטמענט, פאר די לעצטע 2 יאר! ועוד ידיהם נטויה, ס'קוקט נישט אויס ווי זיי גייען אויפגעבן עניטיים סאאן.

מיט סטעמפס וואס קאסטן היינט קרוב צו א האלבן דאלער, פלוס די ענוועלאפס און פרינטן די סטעיטמענטס, און א מענטש דאס צו פאקן און ארויס מעילן...
אין ענגליש זאגט מען: you do the math

זענען די קאמפאניס בלינד? האבן זיי נישט א רואה חשבון וואס מאכט זיי אויפמערקזאם דערויף?

געהאט די זעלבע מעשה! בריוו נאך בריוו, געסטראשעט מיט אננעמען ערנסטע געריכטליכע אקציע קעגן מיר. נאכמער, איך האב זיי כמה פעמים אנגעקאלט. נישט ווייל איך האב זיך געשראקן, נאר מיין רעבעצין. איך האב רעאגירט אז איך וואלט געוואלט זעהן זיי זאלן מיך רופן אין געריכט פאר $10...
עניוועי, האב איך געקאלט און אויפגעוויזן אז זיי זענען נישט גערעכט.
זיי האבן בודק געווען און געענטפערט אז איך האב רעכט, איך בין זיי טאקע גארנישט שולדיג.

מיינסט אז די בריוון האבן אויפגעהערט צו קומען?! :roll:

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:25 am
דורך its me
איציק האט געשריבן:

if that's the case you can sue them

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 6:24 pm
דורך שמעקעדיג
וויפיל מאל האט שוין [tag]געפילטע פיש[/tag] געבעטן מען זאל קויפן סארקאזם דיטעקטארס?

יעצט האט זיך די רעגירונג אויפגעוועקט....

Secret Service Wants Sarcasm-Detecting Web Tool

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 10:35 pm
דורך ונבנתה העיר
Geni שיקט מיר יעצט אן אימעיל אז איך בין א 12'טע קאזין דריי מאהל רימאוואד פון אנא פראנק.

דר"א האב איך שוין אויסגעפונען אז איך בין אן אייניקל פון חות יאיר.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:49 am
דורך צענטער
אינטערסאנט איז ווען מען קוקט צו פון די זייט ווען איינער נעמט א שטעלונג און ער פירט נאך דערצו א היציגע וויכוח און צום סוף שטעלט זיך ארויס אז ער האקט צוזאם שטותים והבלים ווייל ער האט קיימאל דעם נושא נישט באמת שטאדירט נאר סך הכל האט ער געליינט אפאר אינטערנעט ארטיקלען ... למשל הלכה, מסורה, השקפה וכדומה

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 1:10 pm
דורך שמעקעדיג
זייער אינטרעסאנט פאר מיר.
א סייט וואס גיט אייך די אפציע אויסצופרובירן די שטארקקייט פון אייער פעסווארד

https://howsecureismypassword.net/

איר קענט עס זעהן לויטן בעקגראונד קאליר, אבער אויך וועט אייך דער סייט אנטפלעקן ווילאנג עס וועט נעמען א העקער צו העקן אייער פעסווארד.
(דער סייט ווארנט אייך איר זאלט אכטונג געבן פון וואו איר שרייבט אריין די פעסווארד, א פובליק קאמפיוטער קען זיין א סכנה אפילו פאר דעם סייט זעלבסט...)